בײַ אונדז ייִדן ווערט אַ ליטוואַק פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרויסן עקשן: „ווען גלייבט אַ ליטוואַק? ווען ער ציילט דרײַ מאָל איבער‟. אָבער דאָס עקשנות פֿון אונדזערע ליטוואַקעס איז גאָרניט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער אײַנגעשפּאַרטקייט פֿון פֿון זייערע אַמאָליקע שכנים — די ליטווינער. דאָס דאָזיקע פֿאָלק, אָדער פֿעלקל, וואָס ציילט הײַנט אַן ערך דרײַ מיליאָן מענטשן, זיצט אויפֿן זעלביקן אָרט בײַם באַלטישן ים שוין טויזנטער יאָרן און רעדט נאָך די זעלביקע שפּראַך, וואָס האָט זיך ווייניק געביטן זינט זייער סאַמע אָנהייב.
די לינגוויסטן האַלטן, אַז פֿאַר צײַטנס האָבן די באַלטישע שפּראַכן, ווי ליטוויש און לעטיש, פֿאַרנומען אַ סך אַ גרעסערע טעריטאָריע ווי הײַנט, נאָר מיט דער צײַט זײַנען זיי אַסימילירט געוואָרן פֿון זייערע גרויסע סלאַווישע און דײַטשע שכנים. אַפֿילו אינעם ליטווישן גרויספֿירשטנטום פֿון מיטל־עלטער האָט די מלוכה זיך באַניצט מיט אַ סלאַווישער שפּראַך און ניט מיט ליטוויש. אונטער דער פּוילישער, רוסישער, און דײַטשישער הערשאַפֿט האָט דאָס לשון געלעבט הונדערטער יאָרן נאָר בײַ די דאָרפֿישע פּויערים, בשעת ס׳רובֿ שטאָטמענטשן (שוין אָפּגערעדט פֿון די אַריסטאָקראַטן) האָבן גערעדט פּויליש, דײַטש אָדער ייִדיש. די ערשטע געשריפֿטן אויף ליטוויש שטאַמען פֿונעם 16טן י”ה — צוויי הונדערט יאָר נאָך די ערטשע לענגערע טעקסטן אויף ייִדיש.
ערשט אין 19טן י”ה האָבן די לינגוויסטן אָנערקענט דאָס חשיבֿות פֿון ליטוויש, אַז בײַ יענע פּויערים איז די שפּראַך פּרעזערווירט ווי אַ פּרעהיסטאָרישער אינסעקט אין אַ שטיק בורשטין. סוף 18טן י”ה האָט מען אַנטפּלעקט, אַז ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע און אַ סך אַזיאַטישע לשונות האָבן דעם זעלביקן שורש, אַז זיי שטאַמען אָפּ פֿון דער זעלביקער „אורשפּראַך‟, וואָס מע האָט אַ נאָמען געגעבן פּראָטאָ־אינדאָ־אייראָפּעיִש. פֿאַרגלײַכנדיק די אַלע לשונות (גערמאַניש, גריכיש, לאַטײַניש אאַז״וו), האָט מען דערזען אַ וווּנדערלעכע ענלעכקייט צווישן ליטוויש און דעם אַלט־אינדישן לשון סאַנסקריט, וואָס זײַנע ערשטע טעקסטן שטאַמען פֿון דרײַ טויזנט יאָר צוריק. למשל, אויף ביידע שפּראַכן איז דאָס וואָרט פֿאַר ‘ווען’ /קאַדאַ/ און פֿאַר ‘דאַן’ — /טאַדאַ/. דאָס איז ניט דערפֿאַר, ווײַל די צוויי האָבן עפּעס אַ נעענטערע קרובֿישאַפֿט צווישן זיך ווי מיט זייערע שכנים, נאָר פּשוט, ווײַל די ביידע שפּראַכן זײַנען אַזוי קאָנסערוואַטיוו, אַז זיי האָבן אָפּגעהיט מער פֿון דער אַלטער גראַמאַטיק און ווערטער־אוצר, וואָס אַלע אינדאָ־אייראָפּעיִשע לשונות האָבן געירשנט בשותּפֿות.
דער גרעסטער העלד פֿאַר דער אָנערקענונג פֿון ליטוויש איז געווען דער דײַטשער לינגוויסט אַוגוסט שלײַכער. ער איז ספּעציעל געפֿאָרן וווינען צווישן די ליטווישע פּויערים, פֿאַרברענגען אין זייערע כאַטעס, און האָט זיך גוט אויסגעלערנט זייער שפּראַך, אָנגעזאַמלט אַ סך וויכטיקן פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַל, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן אין זײַן „האַנטבוך פֿון דער ליטווישער שפּראַך‟ אין 1855. אויפֿן סמך פֿון זײַנע קענטענישן פֿון ליטוויש, סאַנסקריט, גריכיש און די אַנדערע, האָט ער דער ערשטער געפּרוּווט רעקאָנסטרויִרן דאָס אַלטע פּראָטאָ־אינדאָ־אייראָפּעיִש, וואָס מע האָט אפֿשר גערעדט מיט 5000 יאָר צוריק אין די סטעפּעס פֿון דרום־רוסלאַנד. שלײַכער איז געווען אַזוי זיכער בײַ זיך, אַז ער האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ מעשׂהלע אין זײַן רעקאָנסטרויִרטער שפּראַך, וועגן אַ שאָף און דרײַ פֿערד (איבערזעצונג אונטן):
Avis akvāsas ka
Avis, jasmin varnā na ā ast, dadarka akvams, tam, vāgham garum vaghantam, tam, bhāram magham, tam, manum āku bharantam. Avis akvabhjams ā vavakat: kard aghnutai mai vidanti manum akvams agantam. Akvāsas ā vavakant: krudhi avai, kard aghnutai vividvant-svas: manus patis varnām avisāms karnauti svabhjam gharmam vastram avibhjams ka varnā na asti. Tat kukruvants avis agram ā bhugat.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.