שעקספּיר האָט אין זײַן פּיעסע „ראָמעאָ און דזשוליעט‟ פֿאַראייביקט די פֿראַגע: „וואָס שטעקט אינעם נאָמען?‟; דער רעזשיסאָר מעט אָדזשענס האָט אין זײַן דאָקומענטאַר געוויזן, אַז די דאָזיקע פֿראַגע קאָן זײַן טאַקע זייער אַקטועל. דער פֿילם הייסט „טרעפֿט זיך מיט די היטלערס‟.
אין דער וועלט לעבן מענטשן, וואָס טראָגן דעם נאָמען, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ סיבמאָל פֿון בלוטיקן גענאָציד. אַ טייל צוקוקער וועלן, מסתּמא, זיך פֿאַרחידושן, עס זענען נאָך פֿאַראַן אויף אונדזער פּלאַנעט אַזעלכע יחידים, וואָס האָבן נישט געביטן זייער משפּחה־נאָמען — היטלער. ווי אַזוי זאָלן מיר זיי אויפֿנעמען? דאָס איז די קשיא, וואָס דער רעזשיסאָר שטעלט אין זײַן פֿילם.
בײַם אָנהייב פֿונעם פֿילם ווערן געוויזן אַ ריי געוויינטלעכע אַמעריקאַנער: אַ פֿרײַנדלעכער פּענסיאָנער פֿונעם שטאַט יוטע; אַ סימפּאַטיש תּלמידה פֿון אַ מיטל־שול אין סיינט־לויִס; און אַ שווער־אַרבעטנדיקער אימיגראַנט פֿון עקוואַדאָר. אין זײַן פֿאַל, רופֿט זײַן ערשטער נאָמען אַרויס די אַסאָציאַציע מיטן נאַצי־פֿירער.
צי מוז אַזאַ נאָמען זיך אַסאָציִיִרן מיט רציחה? דער רעזשיסאָר ווײַזט, אַז ניין. אַלע דרײַ מענטשן פֿירן אַ נאָרמאַל לעבן, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אין דער אַרומיקער וועלט רופֿן זיי צומאָל אַרויס אַן אומאָנגענעמען חידוש: דזשין דוגלאַס הילטער, עמילי היטלער, היטלער גוטיערעז… אינעם פֿילם ווערט געוויזן, ווי אַזוי דער „שרעקלעכער‟ פֿאַמיליע־נאָמען באַווײַזט זיך אויף די געוויינטלעכע דאָקומענטן, פּערזענלעכע חפֿצים און מצבֿות.
נישט אַלעמאָל איז אָבער דאָס לעבן פֿון די פּערסאָנאַזש אַזוי גרינג. צומאָל האָבן זיי געליטן פֿון בפֿירושע איזדיעקענישן און אַפֿילו באַקומען קלעפּ פֿון די אַנדערע שול־קינדער. אַלע אינטערוויויִרטע מענטשן באַטאָנען אָבער, אַז דער נאָמען פֿון אַ מענטש מוז נישט האָבן קיין שײַכות צו זײַן גורל. אַדרבה, זייער אומבאַקוועמע אָנאָמאַסטיק־ירושה האָט זיי דווקא אונטערגעשטויסן צו ווערן אַ מוסטער־פּערזענלעכקייט.
עס טרעפֿן זיך אָבער מער טראַגישע פֿאַלן. מיט עטלעכע יאָר צוריק, איז אַ פּאָרפֿאָלק אין ניו־דזשערזי באַרימט געוואָרן צוליב דעם, וואָס אַ בעקערײַ האָט זיך אָפּגעזאָגט אָפּצובאַקן אַ טאָרט לכּבֿוד דעם געבוירן־טאָג פֿון זייער דרײַ־יאָריקן זון, אַדאָלף היטלער קעמפּבעל. אין דעם פֿאַל, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער טאַטע איז אַ ווײַסער ראַסיסט, וועלכער האָט בכּיוון באַשלאָסן צו געבן זײַן קינד דעם נאָמען פֿון זײַן „באַליבטן העלד‟.
וואָס וועט געשען, ווען אַ קינד מיט אַזאַ ביאָגראַפֿיע וועט אויפֿוואַקסן? אָדזשענס האָט אינטערוויויִרט דאָס קאָנטראָווערסאַלע פּאָרפֿאָלק. מע זעט גאַנץ קלאָר דעם גרויסן חילוק פֿון אַזעלכע פּאַרשוינען, וואָס שטיצן די נאַצי־אידעאָלאָגיע, און די דערמאָנטע צופֿעליקע טרעגער פֿונעם סתּירותדיקן נאָמען, וואָס זיי האָבן באַקומען בירושה.
אַן אַנדער אינטערעסאַנטע טעמע פֿונעם פֿילם איז די געשיכטע פֿון די, וואָס האָבן באַשלאָסן אויסצובאַהאַלטן וועלכע־ניט־איז פֿאַרבינדונגען מיט היטלערס משפּחה. אין לאָנג־אײַלענד וווינען דרײַ זין פֿון אַדאָלפֿס ברודער, וויליאַם פּאַטריק הילטער, וועלכער האָט אימיגרירט קיין אַמעריקע אין די 1930ער יאָרן. דער בריטישער זשורנאַליסט דייוויד גאַרדנער האָט געפּרוּווט זיך מיט זיי פֿאַרבינדן; אַלע דרײַ ברידער, וועלכע האָבן געביטן זייער פֿאַמיליע־נאָמען, שעמען זיך פֿון דער פֿינצטערער משפּחה־ביאָגראַפֿיע, און זאָגן זיך אָפּ צו שמועסן וועגן דעם. דאָס הויז בײַ איינעם פֿון זיי איז פֿאָרט באַצירט מיט אַ דײַטשישער פֿאָן.
דער דאָקומענטאַר רירט אָן אַ צאָל וויכטיקע סאָציאַלע פֿראַגעס. הגם ס׳איז נישט כּדאַי צו פֿאַרוואַנדלען סתּם אַ נאָמען אין אַן אַבסאָלוטן סימבאָל פֿון שלעכטס, טאָר מען נישט אַרײַנפֿאַלן אין אַ היסטאָרישער אַמנעזיע. ווען היטלער גוטיערעז האָט געפֿרעגט זײַן טאַטן, פֿאַרוואָס ער טראָגט אַזאַ מאָדנעם נאָמען, האָט דער טאַטע דערקלערט, אַז ער האָט פּשוט געוואָלט אויסקלײַבן עפּעס חידושדיקס. אין דרום־אַמעריקע איז פֿאַרשפּרייט דער מינהג אָנצורופֿן די קינדער נאָך באַרימטע פּערזענלעכקייטן, אויב אַפֿילו מע ווייסט נישט, מיט וואָס די דאָזיקע „שטערן‟ זענען טאַקע באַרימט. דער עקוואַדאָרער בויער האָט באַקומען אַזאַ נאָמען פּשוט צוליב עם־הארצות פֿון זײַן משפּחה.
ס׳איז כּדאַי זיך, אַגבֿ, צו דערמאָנען, אַז היטלער אַליין האָט לכתּחילה געהייסן אַדאָלף שיקלגרובער, זײַענדיק אַן אומלעגיטימער זון פֿון זײַן טאַטן. בלויז ווען ער איז שוין געווען אַ דערוואַקסענער, האָט ער אָנגענומען דעם משפּחה־נאָמען פֿון זײַן שטיף־פֿאָטער, הידלער, און באַשלאָסן אים אַ ביסל צו ענדערן. עס באַקומט זיך, אַז אין דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם טרויעריק באַרימטן נאַצי־פֿירער שטעקט אויך די דערמאָנטע שעקספּיר־קשיא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.