(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין די 1930ער, װען אַ נאַציסטיש־געשטימטער סטודענט האָט דערשאָסן זײַנעם אַ לערער, האָט בײַ געדעל זיך אַנטװיקלט אַ פּאַראַנאָיע און ער איז אַנטלאָפֿן קײן אַמעריקע. אין פּרינסטאָן האָט ער זיך באַקענט מיט אַלבערט אײַנשטײן. די װיכטיקײט פֿון קורט געדעלס דערגרײכונגען קען מען אָפּשאַצן דורך אײַנשטײנס אַן אויסדרוק, אַז דער הױכפּונקט פֿון זײַן טאָג איז געװען „די גרױסע זכיה צו באַגלײטן געדעלן אַהײם“. צום באַדױערן, האָט געדעלס פּאַראַנאָיע זיך װײַטער אַנטװיקלט אין אַמעריקע. ער האָט שטענדיק מורא געהאַט, אַז אַנדערע פּרוּװן אים אָפּסמען, דעריבער האָט ער געהײסן זײַן װײַב פֿאַרזוכן יעדע זאַך, װאָס ער האָט נאָר אַרײַנגעלײגט אין מױל. װען זײַן װײַב האָט געדאַרפֿט ליגן אין שפּיטאָל זעקס חדשים לאַנג, איז געדעל געשטאָרבן פֿאַר הונגער.
נאָך אַ סתּירותדיקע פּערזענלעכקײט אין דער פֿאָרמעלער לאָגיק איז געװען דער ייִד משה שײנפֿינקל (1888—1942). איך האָב זיך באַקענט מיט שײנפֿינקלס חידושים אין אַ גראַדויִר־קורס װעגן סעמאַנטיק. ס׳איז שװער איבערצוגעבן די װיכטיקײט פֿון זײַנע געדאַנקען אין אַן אַרטיקל, װאָס זאָל זײַן צוטריטלעך פֿאַר נישט־ספּעציאַליסטן. אָבער זאָל זײַן גענוג צו זאָגן, אַז װען די סעמאַנטיקער אַנאַליזירן זאַצן דורכן קאָמבינירן פֿאַרשײדענע לאָגישע סימבאָלן, איז פֿאַראַן אַ פּראָצעס, װאָס מע רופֿט אים (דװקא אָן געלעכטער) — די „שײנפֿינקליזאַציע“. מע זאָגט, אַז צו 39 יאָר איז ער געװאָרן גײַסטיק קראַנק און האָט געדאַרפֿט װױנען אין אַ סאַנאַטאָריע. די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט ער אױסגעלעבט אין ביטערער אָרעמקײט, און אין 1942 געשטאָרבן אין אַ מאָסקװער שפּיטאָל. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט שײנפֿינקלס געװעזענע חבֿרים געדאַרפֿט, איבער נױט, פֿאַרברענען זײַנע פּאַפּירן אױף הײצונג.
דאָ האָב איך אױסגעקליבן בלױז צװײ װיסנשאַפֿטלער, װאָס זײער גאונות איז געװען ענג פֿאַרבונדן מיט זײער משוגעת. מע װאָלט געקענט מאַכן גאָר פֿאַרכאַפּנדיקע פֿילמען װעגן נאָך צענדליקער גאונים: למשל, דעם פֿאָטער פֿון דער סכומען־טעאָריע געאָרג קאַנטאָר, דעם פֿיזיקער און פֿילאָסאָף לודװיג באָלצמאַן, דעם פֿריִיִקן אַסטראָנאָם טיכאָ בראַהע און נאָך און נאָך. פֿון אײן זײַט, איז עס אַ האַרץ־רײַסנדיקער פֿאַקט, װיפֿל געניאַלע װיסנשאַפֿטלער האָבן געליטן פֿון גרױס עגמת־נפֿש, פֿון פּסיכישע קראַנקײטן, װאָס מע װאָלט הײַנט שױן בעסער פֿאַרשטאַנען און דיאַגנאָזירט. פֿון דער אַנדערער זײַט, װאָלט געװען אַ מיצװה צו מאַכן פֿילמען װעגן אַנדערע װײניקער באַקאַנטע גאונים, װײַל נאָר צוליב זײער מסירת־נפֿש האָט די מענטשהײט געקענט דערגרײכן אַזױ פֿיל אין פֿאַרשידענע װיסנשאַפֿטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.