(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די פּאָליציי האָט באַשטעטיקט, אַז דער אָנפֿאַלער איז געווען דער 22־יאָריקער אָמאַר על־כוסיין, וועלכער איז נישט לאַנג צוריק אַרויס פֿון תּפֿיסה, וווּ ער איז געזעסן פֿאַר אַ רויבערײַ־אָנגריף. זײַענדיק אַליין אַ געבוירענער אין דענמאַרק, איז דער יונגער פֿאַרברעכער דערצויגן געוואָרן אין אַ משפּחה פֿון פּאַלעסטינער פּליטים, וועלכע זענען אָנגעקומען פֿון יאָרדאַניע. על־כוסיין האָט נישט פֿאַרענדיקט די מיטלשול, נישט געקאָנט זיך אָנשליסן אין אַן אוניווערסיטעט און שפּעטער געבליבן אָן אַ היים. מע איז זיך משער, אַז דער ביטערער לעבנס־מצבֿ און דער פּאַלעסטינער אָפּשטאַם, צוליב וועלכן דער אָנפֿאַלער איז געווען אויפֿגעבראַכט אויף ישׂראל, האָט אים געבראַכט צו דעם געדאַנק צו פֿאַרנעמען זיך מיט טעראָריזם און נאָכצומאַכן די אַנומלטיקער בלוטיקע שיסערײַ־אַטאַקן אין פּאַריז. אַ שול־תּלמיד, וועלכער האָט זיך געלערנט צוזאַמען מיט על־כוסיין, האָט איבערגעגעבן דער פּרעסע, אַז דער פֿאַרברעכער איז געווען אַ בפֿירושער אַנטיסעמיט.
ס׳זעט אויס, אַז דער אָנפֿאַלער איז נישט געווען פֿאַרבונדן מיט קיין מיליטאַנטישע איסלאַמיסטישע גרופּעס. די קאָפּענהאַגענער פּאָליציי האָט אים שוין לאַנג געקענט ווי אַ סכּנותדיקן רויבער, אָבער נישט אַ טעראָריסט. די אַרעסטירטע פֿאַרדעכטיקטע, ווי מע איז זיך משער, האָבן אים געגעבן עצות און געהאָלפֿן צו פֿאַרווירקלעכן זײַן פּלאַן.
הרבֿ בענט לעקסנער, דער געוועזענער דענישער הויפּט־רבֿ, האָט געזאָגט, אַז דער טראַגישער טויט פֿונעם שיל־וועכטער, אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון דער ייִדישער קהילה, האָט שאָקירט די אָרטיקע ייִדן, וועלכע האָבן נישט געגלייבט, אַז אַזאַ טעראָר־אַטאַק קאָן געשען אין זייער שטאָט. די דענישע רעגירונג האָט אָנגעהויבן אַ נײַע סעריע דעבאַטן וועגן דעם זיכערהייט־מצבֿ אינעם לאַנד. מאָנטיק, זענען אין אַ צאָל דענישע שטעט פֿאָרגעקומען אָפֿיציעלע טרויער־צערעמאָניעס.
אין פֿאַרגלײַך מיט פֿראַנקרײַך, פֿון וואַנען אַ סך אָרטיקע ייִדן זענען לעצטנס אַוועקגעפֿאָרן, האָבן די דענישע ייִדן דווקא ליב זייער לאַנד און קלײַבן זיך עס נישט צו פֿאַרלאָזן. לויט דער „סוכנות‟, האָבן בלויז 12 ייִדן עמיגרירט במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר קיין ישׂראל, נישט געקוקט אויף די זאָרגן וועגן דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם.
הרבֿ יאיר מלכיאור, דער קאָפּענהאַגענער הויפּט־רבֿ, האָט איבערגעגעבן דער נײַעס־אַגענטור „רויטערס‟, אַז דער אָרטיקער אַנטיסעמיטיזם, וועלכער האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין אַ געוויסער מאָס דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער בעת דער מלחמה אין עזה, נעמט נישט אָן, געוויינטלעך, קיין סכּנותדיקע פֿאָרמע, אַחוץ זידל־ווערטער אָדער שפּײַען. אַדרבה, ווי עס האָט באַטאָנט דן ראָזענבערג־אַסמוסען, דער פֿאָרזיצער פֿון דער דענישער ייִדישער קהילה, וואָס באַטרעפֿט אַרום 7—8 טויזנט נפֿשות, האָבן די דענער אַקטיוו געהאָלפֿן די ייִדן זיך צו ראַטעווען אינעם חורבן, און זיי פֿרײַנדלעך אָנגענומען במשך פֿון הונדערטער יאָרן, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.