ס׳איז שווער צו טרעפֿן אַ מענטשן, וואָס גלייבט, אַז די מינסקער צונויפֿגערעדטקייט וועט פֿירן צו אַ לייזונג פֿון דעם בלוטיקן קאָנפֿליקט אין מיזרח־אוקראַיִנע. די מעלה פֿון דעם אָפּמאַך, אונטערגעשריבן דעם 12טן פֿעברואַר, באַשטייט אין דעם, וואָס דערווײַל שיסט מען אַ סך ווייניקער, און דאָס ראַטעוועט מענטשלעכע לעבנס. אָבער אַלע פֿאַרשטייען, דאַכט זיך, אַז אין דעם פֿולן פֿאַרנעם וועט מען דעם טעקסט, באַשטעטיקט מצד אוקראַיִנע, רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, ווי אויך די רעגירונגען, מישטיינס געזאָגט, פֿון די צוויי „רעפּובליקן”, דער דאָנעצקער און דער לוגאַנסקער, וועט זײַן אוממעגלעך צו רעאַליזירן. בפֿרט נאָך, אַז דער טעקסט אַליין איז צונויפֿגעשטעלט אויף אַן אופֿן, וואָס לאָזט איבער מעגלעכקייטן אים צו „טײַטשן” אַזוי אָדער אַנדערש.
דער עיקר איז, אַז עס בלײַבט ניט קלאָר, וואָס זשע וויל אין לעצטן סך־הכּל דערגרייכן די הויפּט־פֿיגור אין דעם דאָזיקן קאָנפֿליקט — פּוטין? מע הערט גאַנץ אָפֿט, און ניט בלויז אין דער רוסישער אָדער פּראָ־רוסישער פּראָפּאַגאַנדע, אַז דער רוסישער פּרעזידענט גייט כּלומרשט אַרויס אַ געווינער אין דער דאָזיקער מלחמה. דאָס איז ריכטיק נאָר אין דעם פֿאַל, אויב מע נעמט אָן דעם קוקווינקל פֿון אַן „אויפֿמערק־זוכער”. אין דעם זין קען פּוטין זײַן צופֿרידן, ווײַל די גאַנצע וועלט הערט זיך צו און קוקט זיך צו צו אים.
אָבער דאָס איז נאָר עמאָציאָנעל צי אַפֿילו פּסיכיאַטריש. אַנדערש איז שווער צו זען, וואָס זשע האָט געוווּנען רוסלאַנד בכלל, און פּוטין בפֿרט. אפֿשר איז עס טאַקע אַ געווינס, וואָס דער „נאַטאָ”־בלאָק קאָנסאָלידירט זײַנע כּוחות, און צילט זיי אָן אויף רוסלאַנד? אָדער אפֿשר אין דעם, וואָס די רוסישע עקאָנאָמיע לעבט לעצטנס איבער זייער שווערע, אַפֿילו געפֿערלעך שווערע, צײַטן? צי אין דעם, וואָס דער אימאַזש פֿון פּוטינס רוסלאַנד איז געוואָרן, בדרך־כּלל, זייער אַ שלעכטער? טאָמער הייסט עס, געווינען, טאָ וואָס איז דער באַטײַט פֿון פֿאַרשפּילן?
מע זעט, בפֿרט אין דער לעצטער צײַט, אַז אוקראַיִנע באַווײַזט זיך אַלץ ווייניקער ווי אַ נאַציאָנאַלער (צי אַפֿילו אַ נאַציאָנאַליסטישער) פּראָיעקט און באַקומט אַלץ מער אַן אויסזען פֿון אַ פּראָיעקט פֿון אַן „אַנדער מין רוסלאַנד”. דער שפּראַך־קאָנפֿליקט האָט שוין, דאַכט זיך, לאַנג פֿאַרלוירן זײַן שאַרפֿקייט. סײַ אין דעם אוקראַיִנישן לעבן, סײַ אין דער מעדיאַ איז זייער פֿאַרשפּרייט געוואָרן צוויי־שפּראַכיקייט. רוסיש רעדן סײַ די וואָס קעמפֿן קעגן אוקראַיִנע, סײַ זייער אָפֿט אויך די, וואָס ווײַזן אַרויס זייער גרייטקייט צו שטאַרבן אין שלאַכטן פֿאַר אוקראַיִנע. כאַראַקטעריש, אַז צווישן די צענטראַלע פֿיגורן אויף דער אוקראַיִנישער טעלעוויזיע זײַנען דאָ אויך רוסיש־שפּראַכיקע זשורנאַליסטן, און מע זעט ניט, אַז די רוסישע שפּראַך זאָל זיי שטערן צו פֿירן זייערע פּאָפּולערע פּראָגראַמען. פֿאַקטיש, אַזוי געדענק איך עס פֿון מײַנע יונגע יאָרן אין אוקראַיִנע: די רוסיש־שפּראַכיקע פֿלעגן פֿאַרשטיין די אוקראַיִניש־רעדנדיקע, און פֿאַרקערט.
מע קען ניט זאָגן, אַז אוקראַיִנע האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעזאָגט אויך פֿון דער סאָוועטישער ירושה. אין דער רשימה פֿון נאַציאָנאַלע יום־טובֿים בלײַבן אַזעלכע, וואָס מע פֿײַערט אויך אין רוסלאַנד. און די רייד גייט ניט בלויז וועגן די פּראַוואָסלאַוונע חגאָות, נאָר אויך וועגן דעם 8טן מאַרץ ווי דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרויען־טאָג; דעם ערשטן מײַ ווי דער טאָג פֿון סאָלידאַריטעט פֿון האָרעפּאַשניקעס אין דער גאָרער וועלט, און דעם 9טן מײַ ווי דער נצחון־טאָג איבער דעם פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד. אין די פּאַראַלעלן, וואָס ווערן דורכגעפֿירט אין דער אוקראַיִנישער מעדיאַ, באַמערקט מען אַן אָפּקלאַנג פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. למשל, די אוקראַיִנישע מיליטער־לײַט, וואָס האָבן זיך געשלאָגן פֿאַרן קאָנטראָל פֿון דעם דאָנעצקער אַעראָפּאָרט, פֿאַרגלײַכט מען מיט די סאָוועטישע זעלנער אין סטאַלינגראַד.
אַזוי אַרום, רעדט מען און מע שרײַבט וועגן אוקראַיִנע (און אפֿשר באַמערקט מען אַפֿילו ניט, אַז מע טוט עס) ווי וועגן אַ פֿאַרבעסערטן נוסח פֿון רוסלאַנד: אָן פּוטינען, אָן שאָוויניסטישער אַגרעסיווקייט, און מיט גראַוויטאַציע צו אייראָפּע. אין דער אמתן, איז עס ניט קיין נײַעס. אין דעם געביט פֿון אוקראַיִנישער קולטור האָט מען עס געזען אין די 1920ער יאָרן, אָבער דער באָלשעוויסטישער רעזשים האָט דעם דראַנג צו מערבֿ אָפּגעשטעלט און זיך אומברחמנותדיק זיך אָפּגערעכנט מיט אַ סך אינטעלעקטואַלן — אָנהענגער פֿון דעם דאָזיקן דראַנג.
איך קוק פֿון מאָל צו מאָל די פּראָגראַמען אויף דער רוסישער און אוקראַיִנישער טעלעוויזיע, אין וועלכע עס באַטייליקן זיך פֿאָרשטייער פֿון ביידע צדדים אין דעם קאָנפֿליקט. דערווײַל איז מיר ניט אויסגעקומען צו זען, עס זאָל איינער זיך צונויפֿרעדן מיטן צווייטן. צווישן פּוטינס רוסלאַנד און דעם אוקראַיִנישן „רוסלאַנד” ליגט אַן אָפּגרונט. אַ סבֿרא, אַז דער מינסקער אָפּמאַך האָט דעם דאָזיקן אָפּגרונט קלענער ניט געמאַכט. אַזוי אַז די איינציקע האָפֿענונג, אַז פּוטינס צד זאָל דערזען פֿאַר זיך אַן אָפּגרונט — אַן עקאָנאָמישן, פּאָליטישן, סאָציאַלן. די מורא אַראָפּצופֿאַלן אין אַזאַ תּהום איז דאָס איינציקע, וואָס קען אָפּשטעלן די ווײַטערדיקע עסקאַלאַציע פֿונעם קאָנפֿליקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.