דינסטיק, דעם 17טן פֿעברואַר, האָט דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט, פֿראַנסואַר אָלאַנד, באַזוכט דעם וואַנדאַליזירטן ייִדישן בית־עולם אין עלזאַס און באַמערקט, אַז נישט געקוקט אויף די עקלדיקע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, בלײַבט פֿראַנקרײַך דאָס היימלאַנד פֿאַר די אָרטיקע ייִדן.
זונטיק, דעם 15טן פֿעברואַר, האָט מען איבערגעגעבן, אַז ס׳רובֿ פֿון די 400 קבֿרים אויפֿן ייִדישן בית־עולם אין סאַר־יוניאָן, אַ קליין שטעטל אינעם צפֿון-מיזרחדיקן טייל פֿון פֿראַנקרײַך, זענען וואַנדאַליזירט געוואָרן. די כוליגאַנען האָבן צעבראָכן און צעשעדיקט הונדערטער אַלטע מצבֿות, ווי אויך אַ חורבן־דענקמאָל. דער פֿראַנצויזישער פּרעמיער־מיניסטער, מאַנועל וואַלס, האָט פֿאַרדאַמט דעם „רישעותדיקן אַקט פֿון אַנטיסעמיטיזם‟, און צוגעזאָגט צו געפֿינען די פֿאַרברעכער.
דער ייִנגסטער פֿון די פֿאַרדעכטיקטע וואַנדאַלן איז אַליין געקומען צו דער פּאָליציי. מאָנטיק, דעם 16טן פֿעברואַר, האָט מען אַרעסטירט פֿיר אַנדערע קינדער פֿון 15 ביז 17 יאָר אַלט. דעם זעלבן טאָג, האָט אָלאַנד אָפּגעוואָרפֿן די ווערטער פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער, בנימין נתניהו, וועלכער האָט גערופֿן די פֿראַנצויזישע ייִדן אַוועקצופֿאָרן קיין ישׂראל. דער פּרעזידענט האָט באַמערקט, אַז נתניהו האָט אויסגענוצט דעם אַנטיסעמיטישן אינצידענט ווי אַ „גראָבן אינסטרומענט‟ אין זײַן וואַלן־קאַמפּאַניע.
אויפֿטרעטנדיק אויפֿן צעשעדיקטן בית־עולם, האָט אָלאַנד געזאָגט, אַז אַזעלכע עקלדיקע און העסלעכע אַקטן רײַסן אונטער די פֿראַנצויזישע רעפּובליק, און צוגעגעבן, אַז ער פֿאַרשטייט, פֿאַרוואָס אַ סך ייִדן אינעם לאַנד פֿילן זיך אומבאַקוועם און פֿאַרזאָרגט נאָך די אַנומטיקע בלוטיקע טעראָר־אַקטן אין פּאַריז און אַנדערע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן. פֿונדעסטוועגן, האָט ער באַטאָנט, אַז זײַן רעגירונג קעמפֿט קעגן אַנטיסעמיטיזם און זאָרגט זיך וועגן דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער קהילה. דער פּרעזידענט האָט צוגעזאָגט צו באַשטראָפֿן די שולדיקע אין אַנטיסעמיטישע מעשׂים.
דער ייִדישער בית־עולם אין סאַר־יוניאָן האָט שוין פֿריִער געליטן פֿון וואַנדאַליזם. אינעם יאָר 1988 זענען דאָרטן צעשעדיקט געוואָרן 60 קבֿרים, און אין 2001 — 54.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.