„אַ בימקום־לעבן‟, דער ערשטער ראָמאַן פֿון באָריס פֿישמאַן, איז מציל דעם זשאַנער פֿון סאָװעטיש־ייִדישן עמיגראַנטישן ראָמאַן אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. ביז לעצטנס האָט זיך געדאַכט, אַז די דאָזיקע טעמע איז שױן פֿולקום אױסגעשעפּט און אױסגעדראָשן געװאָרן דורך נאַרציסטישע שריפֿטן פֿון גערי שטײנגראַרט און זײַנע נאָכפֿאָלגער; אָבער פֿישמאַן האָט אַרײַנגעבראַכט פֿרישע און אַקטועלע פּראָבלעמאַטיק אינעם דאָזיקן זשאַנער. זײַן ראָמאַן באַהאַנדלט אוניװערסאַלע אַלמענטשלעכע ענינים אױפֿן סמך פֿונעם עטנאָגראַפֿישן מאַטעריאַל, װאָס איז אים אַמבעסטן באַקאַנט.
די עטישע פּראָבלעם פֿון פֿישמאַנס ראָמאַן האָט צו טאָן מיט מיטלען און צװעקן. צי מעג מען לײַגן צוליב אַ גוטער זאַך? װוּ איז די גרענעץ צװישן אױסטראַכטעניש און אמת? און װי אַזױ קאָן מען זיך דערװיסן װעגן דעם עבֿר, װען עס זײַנען שױן ניטאָ קײן לעבעדיקע עדות? אין תּוך גענומען איז די גאַנצע קינסטלערישע ליטעראַטור בטבֿע אַ פּראָדוקט פֿונעם מחברס שעפֿערישן כּוח־הדמיון, אָבער גוטע ליטעראַטור פֿאַרמאָגט אױך אַ פּינטעלע „אמת‟, װאָס קאָן זײַן מער רעאַליסטיש אײדער אמתדיקע פֿאַקטן. אָבער װען מען פּרוּװט מװתּר צו זײַן אויף דער גרענעץ צװישן דער קינסטלערישער פֿאַנטאַזיע און דער היסטאָרישער װירקלעכקײט, קומט אַרױס אַ שװינדל.
די געשיכטע פֿונעם ייִדישן חורבן האָט נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט די דאָזיקע עטישע פּראָבלעם. װי פֿאַרלאָזלעך זײַנען פּערזענלעכע חורבן־געשיכטעס, אַז קײן דאָקומענטאַלע גבֿית־עדות זײַנען ניטאָ? אין 1995 האָט אַ שװײַצער מוזיקער מיטן נאָמען בנימין װילקאָמירסקי פֿאַרעפֿטנלעכט „זכרונות‟ װעגן זײַנע קינדער־יאָרן אין פּױלן בעתן חורבן, װאָס האָבן שטאַרק אױסגענומען מיט זײער גלױבװירדיקײט. אין עטלעכע יאָר אַרום האָט מען דעם מחבר אױפֿגעדעקט װי אַ שװינדלער, הגם זײַנע כּװנות בלײַבן ניט קלאָר. אײניקע קריטיקער האַלטן, אַז דאָס בוך איז טאַקע גוט, װי אַ ליטעראַרישע פֿאַנטאַזיע, און ניט װי אַ היסטאָרישער דאָקומענט.
פֿישמאַנס העלד סלאַװאַ געלנער װערט פֿאַרטאָן אין אַן ענלעכער מעשׂה. ער העלפֿט זײַן זײדן, און דערנאָך אַ טוץ אַנדערע עלטערע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אױסצוטראַכטן פּערזענלעכע געשיכטעס װעגן זײער דערפֿאַרונג אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע. פֿאַר דעם האָפֿן זײ צו באַקומען געלט פֿון דער דײַטשישער רעגירונג װי קרבנות פֿונעם חורבן. סלאַװאַ טוט עס בחינם. פֿון אײן זײַט, האַלט ער דאָס פֿאַר יושרדיק, און פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט ער הנאה פֿון שרײַבן. אָבער דער שטאַרקסטער מאָטיװ איז זײַן באַגער צו דערוויסן זיך וואָס מער וועגן זײַן געשטאָרבענער באָבע. כּל–זמן זי האָט געלעבט, האָט זי אים גאָרניט ניט דערצײלט װעגן דעם, װאָס איז מיט איר געשען אינעם מינסקער געטאָ און בײַ די פּאַרטיזאַנען אין די װײַסרוסישע װעלדער. איצט װיל סלאַװאַ זיך אַרײַנקוקן אין איר עבֿר דורך זײַן שרײַבן. די פֿיגור פֿון זײַן באָבע באַװײַזט זיך אין פֿאַרשידענע געשטאַלטן אין אַלע מעשׂיות, װאָס ער טראַכט אױס פֿאַר זײַנע רוסיש־ייִדישע קליענטן.
װי אַ היפּשע צאָל אימיגראַנטישע קינדער, װיל סלאַװאַ אַנטלויפֿן װאָס װײַטער פֿון זײַן אַלטפֿרענקישער משפּחה און דער גאַנצער אימיגראַנטישער סבֿיבֿה. אין ניו־יאָרק איז דער געאָגראַפֿישער מהלך צװישן דעם רוסישן ברוקלין און דעם אַמעריקאַנער מאַנהעטן גאַנץ קורץ, אָבער די דאָזיקע צװײ װעלטן האָבן כּמעט גאָר ניט בשותּפֿותדיקס. סלאַװאַ האָט זיך באַזעצט אין דער באַלעבאַטישער געגנט פֿון אַפּער־איסט־סײַד, האָט געקראָגן אַן אַרבעט אין אַ בכּבֿודיקער ענגלישער צײַטשריפֿט און איבערגעריסן אַלע זײַנע קאָנטאַקטן מיט ברוקלין. אָבער דער באָבעס טױט ברענגט אים צוריק צו זײַנע אימיגראַנטישע װאָרצלען, און ער אַנטדעקט פֿון דאָס נײַ די אימיגראַנטישע סבֿיבֿה, װאָס ער האָט אַזױ פֿײַנט געהאַט.
פֿישמאַנס ראָמאַן איז אָנגעשריבן אױף אַ הױכן גאַנג, לױטן שטײגער פֿון די אַמעריקאַנער און רוסישע ליטעראַרישע גדולים. דערבײַ פֿאַרמאָגט ער אַ שטיקל איראָניע לגבי זײַנע אַלוזיעס אױף פֿיליפּ ראָט, לעװ טאָלסטוי און פֿיאָדאָר דאָסטאָיעװסקי. אָבער אין תּוך איז דאָס אַן ערנסט בוך, װאָס באַרירט אוניװערסאַלע מאָראַלישע פֿראַגן אױף אַ פֿרישן און לעבעדיקן אופֿן. פֿישמאַן איז ניט נאָר אַ מאָראַליסט, נאָר אױך אַ מײַסטער פֿון פּסיכאָלאָגישע פּאָרטרעטן. זײַנע זאַפֿטיקע שילדערונגען פֿון דער אימיגראַנטישער סבֿיבֿה געהערן צו די בעסטע מוסטערן פֿונעם דאָזיקן זשאַנער. אַזױ אַרום, אפֿשר צום ערשטן מאָל אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור, װערט די רוסיש־ייִדישע סבֿיבֿה פֿאָרגעשטעלט ניט סתּם װי אַן עטנאָגראַפֿישע מערקװירדיקײט, נאָר װי אַן אײגנאַרטיקע געזעלשאַפֿט מיט אײגענע מעלות און חסרונות.
אַזױ װי דוד בעזמאָזגיס, איז באָריס פֿישמאַן פֿאַראינטערעסירט, קודם־כּל, אינעם עלטערן דור. דװקא צװישן באָבעס און זײדעס פֿון די איצטיקע יונגע אַמעריקאַניזירטע אימיגראַנטן געפֿינט ער רײַכע און אײגנאַרטיקע כאַראַקטערן. אין אונטערשיד צו שטײנגאַרט, װאָס האָט באַשריבן דעם פּראָצעס פֿון אַמעריקאַניזירונג פֿון דער רוסישער אימיגראַציע, שילדערן פֿישמאַן און בעזמאָזגיס דעם דור, װאָס װעט בלײַבן פֿרעמד אין אַמעריקע. מסתּמא, װײַל אַלײן זײַנען די דאָזיקע שרײַבער שױן אין גאַנצן אין דער הײם אין אַמעריקע, און דערפֿאַר קאָנען זײ זיך פֿאַרגינען צו קוקן צוריק אָן קײן אַנגסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.