אַ גרויס טאַרעראַם ברעכט כּמעט תּמיד אויס, ווען מע רעדט מיט געוויסע מענטשן וועגן ישׂראל און „אַפּאַרטהײַד‟ פֿון דרום-אַפֿריקע. וואָס איז?! ווי אַזוי קען מען דאָס פֿאַרגלײַכן? אַ חוצפּה! ייִדן זענען דאָך די קרבנות, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון רדיפֿות אין אייראָפּע, און געגרינדעט אַ מדינה אין מיטן מידבר; און נישט סתּם אַ מדינה, נאָר די איינציקע דעמאָקראַטיע אין מיטל-מיזרח…
אַז די אַלע טענות זענען אמתדיקע, איז פֿון וואַנען שטאַמען די אַבסורדישע באַשולדיקונגען און פֿאַרגלײַכן מיט אַפּאַרטהײַד פֿון דרום-אַפֿריקע?
לעצטנס, האָבן איבער זיבן הונדערט ענגלישע קינסטלער, אַקטיאָרן און מוזיקאַנטן אַרויסגעגעבן אַ הבֿטחה, וווּ זיי זענען זיך מתחייבֿ צו בויקאָטירן ישׂראל, ביז די אָקופּאַציע וועט זיך נישט פֿאַרענדיקן. אין זייער בריוו צו דער „גאַרדיען‟-צײַטונג שטייט בפֿירוש געשריבן: „במשך פֿון דעם דרום-אַפֿריקאַנער אַפּאַרטהײַד, האָבן מוזיקאַנטן אָנגעזאָגט, אַז זיי וועלן נישט ׳שפּילן די זון-שטאָט׳. איצט זאָגן מיר, אַז אין תּל-אָבֿיבֿ, נתניה, אַשקלון אָדער אַריאל, וועלן מיר נישט שפּילן מוזיק, אָננעמען פּריזן, בײַזײַן אויף אויסשטעלונגען, פֿעסטיוואַלן אָדער קאָנפֿערענצן, אָנפֿירן מיט מײַסטער־קלאַסן אָדער וואַרשטאַטן, ביז ישׂראל וועט רעספּעקטירן דעם אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ און ענדיקן איר קאָלאָניאַלע אונטערדריקונג פֿון די פּאַלעסטינער.‟
אַ נײַער דאָקומענטאַר מיטן נאָמען „וועג-מאַפּע צו אַפּאַרטהײַד‟ (Roadmap to Apartheid) פּראָבירט צו באַהאַנדלען אָט די האַרבע און וויכטיקע פֿראַגעס, וואָס שײַך ישׂראל און דרום-אַפֿריקע. דורך אַ כּסדרדיקן פֿאַרגלײַך במשך פֿונעם גאַנצן פֿילם, ווילן די מחברים, איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל, ברענגען צו אַ סוף די מיספֿאַרשטענדענישן און אומקלאָרקייטן. דער דאָקומענטאַר איז געמאַכט געוואָרן דורך צוויי מענטשן: אַנאַ נוגעראַ, אַ ווײַסע אַפֿריקאַנערין, און אַהרן דודסאָן, אַן ישׂראלי. ביידע רעזשיסאָרן וווינען איצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די נאָראַטאָרין פֿון דעם פֿילם איז די באַרימטע אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנערין מחברטע אַליס וואָקער, וואָס ס’רובֿ מענטשן קענען זי דורך איר בוך „דער פּורפּור־קאָליר‟ (The Color Purple).
וואָס פֿאַראַ מסקנות דערגרייכט מען אינעם פֿילם?
די ווײַסע אַפֿריקאַנער פֿלעגן זיך זען ווי אַ גערודפֿטע גרופּע, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון די רעליגיעזע רדיפֿות אין אייראָפּע קיין אַפֿריקע, כּדי צו געפֿינען דאָרט זייער היים, זייער מקום-מיקלט. די ציוניסטן זעען זיך ווי אַ טייל פֿונעם גערודפֿטן ייִדישן פֿאָלק, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון די רדיפֿות אין אייראָפּע, כּדי צו געפֿינען זייער היים, זייער מקום-מיקלט אין פּאַלעסטינע.
די וויזיע פֿון די ווײַסע אַפֿריקאַנער איז געווען צו שאַפֿן אַ דעמאָגראַפֿישע ווײַסע מערהייט [כאָטש פֿון בירגערס] דורך דער „אַפּאַרטהײַד‟-סיסטעם („אַפּאַרטהײַד‟ איז אַן אַפֿריקאַנער וואָרט, וואָס מע קען פֿאַרטײַטשן ווי „אָפּגעזונדערקייט‟), כּדי צו דערגרייכן לסוף צו אַ ווײַסער אַפֿריקאַנער נאַציע, אָפּגעטיילט פֿון די היגע תּושבֿים, די שוואַרצע אַפֿריקאַנער מערהייט.
די ציוניסטישע וויזיע איז צו שאַפֿן אַ דעמאָגראַפֿישע ייִדישע מערהייט [כאָטש פֿון בירגער] דורך אַ סיסטעם פֿון דאָמינירונג איבער דעם שטח, כּדי צו דערגרייכן לסוף צו אַ דעמאָקראַטישער ייִדישער ישׂראל־נאַציע, אָפּגעזונדערט פֿון זייערער שכנים, די פּאַלעסטינער (מיט די פּליטים זענען די פּאַלעסטינער אַ קלאָרע מערהייט; אָבער אַפֿילו אָן די פּליטים, האָבן זיי נאָך אַ קליינע מערהייט).
די שוואַרצע און ווײַסע אַפֿריקאַנער פֿלעגן לעבן אויפֿן זעלביקן שטח אונטער צוויי באַזונדערע געזעץ-סיסטעמען. די פּאַלעסטינער אויפֿן מערבֿ-ברעג און די ייִדישע קאָלאָניסטן (אַרום 500 טויזנט) לעבן אויפֿן זעלביקן שטח אונטער צוויי באַזונדערע געזעץ-סיסטעמען. די דרום-אַפֿריקאַנער אינטערוויויִרטע, וואָס האָבן באַזוכט דעם מערבֿ-ברעג, זאָגן, אַז סײַ פֿאַר די שוואַרצע אַפֿריקאַנער און סײַ פֿאַר די פּאַלעסטינער איז געבליבן צו לעבן „אין אומלעבנהאַפֿטיקע באַנטוסטאַנען‟.
אינעם פֿילם זענען פֿאַראַן אינטערוויוען מיט כּלערליי פּאַרשוינען — סײַ ישׂראלים און פּאַלעסטינער, סײַ דרום-אַפֿריקאַנער. ס’איז נישט לײַכט צו הערן וועגן געוויסע אַספּעקטן, וווּ דער מצבֿ אין ישׂראל זעט צו מאָל אויס ערגער ווי דער אַמאָליקער מצבֿ אין דרום-אַפֿריקע.
דער דאָקומענטאַר „וועג-מאַפּע צו אַפּאַרטהײַד‟ איז רעקאָמענדירט פֿאַר אַלע — אי די שטיצער פֿון ישׂראל, אי ישׂראלס קעגנער, נישט געקוקט אויפֿן פֿאַקט, וואָס די מחברים פֿון דעם דאָקומענטאַר, נוגעראַ און דודסאָן, זענען זיך אַליין מודה, אַז זייער אַרבעט איז נישט קיין פּערפֿעקטע, אָבער די טעמע איז אַ ברענענדיקע. ווי אַן עדות דערצו קאָן דינען דער פֿאַקט, אַז אַן איבער אַ מיליאָן „גוגל‟-באַזוכער האָבן געלאָזט זייערע קאָמענטאַרן אויף דעם דאָקומענטאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.