ס׳איז שווער צו גלייבן, איידער מע זעט עס, אַז שוואַרץ־ווײַסע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון קינדער קאָנען זיך אַזוי שטאַרק אונטערשיידן. אויף איין בילד זענען מיר, ווי אַ ייִדישע מאַמע האַלט אויף אירע הענט איר קליינעם זון, איזיע ראָזענמאַן, בעת אַ משפּחה־פּיקניק. שפּעטער, אינעם יאָר 1937, האָט מען אים פֿאָטאָגראַפֿירט, ווען ער איז געלעגן אין אַ האַמאַק מיט זײַנע צוויי שוועסטער. גאָר אַן אַנדער בילד ווײַזט, ווי צוויי אַנדערע ייִדישע ייִנגלעך, יאַנעק שלײַטשטיין און דוד פּערלמוטער, זיצן הינטערן די שטעכל־דראָטן אין בוכענוואַלד. די יונגע אַסירים פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער קוקן פֿאַרלוירן און טרויעריק.
ווײַטער זעען מיר אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם 8־יאָריקן ישׂראל־מאיר לאַו, וועלכער דינט הײַנט ווי דער תּל־אָבֿיבֿער הויפּט־רבֿ. אינעם יאָר 1945 איז דאָס ייִנגל געשטאַנען פֿאַרן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט מיט אַ מאַנטל אין איין האַנט, און אַ טשעמאָדאַן אין דער צווייטער. נישט לאַנג צוריק איז ער באַפֿרײַט געוואָרן פֿון בוכענוואַלד, און איצט האָפֿ ער אַוועקצופֿאָרן קיין פּאַלעסטינע.
די דאָזיקע בילדער ווערן איצט אויסגעשטעלט אין דער סאַן־פֿראַנציסקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. די אויסשטעלונג, וואָס טראָגט דעם נאָמען „Alive! A la vie!‟, איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן „ייִדישן לערן־הויז‟ (Judaica Lehrhaus), אַ ייִדישער בילדונג־צענטער אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע. פֿריִער האָט מען שוין געוויזן די בילדער פֿון די געראַטעוועטע קינדער פֿון בוכענוואַלד אין פּאַריז און ירושלים, אָבער ביז הײַנט נישט אין אַמעריקע.
בערך 600—900 ייִנגלעך האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם נאַצי־לאַגער דורך די אונטערערדישע אויפֿשטענדלערישע גרופּעס. אַ סך פֿון זיי האָט מען אַרויסגעגנבֿעט אין לאַסט־אויטאָס. די אויפֿשטענדלער האָט זיך אַפֿילו אײַנגעגעבן צו דערציִען די קינדער אינעם לאַגער, באַזאָרגן זיי מיטן שפּײַז און אויסצובאַהאַלטן פֿון די וועכטער.
אויף דער אויסשטעלונג ווערן אויך געוויזן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די לאַגער־בגדים, די שפּײַז־קופּאָנען, די שיסלעך און אַנדערע עלעמענטן פֿון דער אַכזריותדיקער סבֿיבֿה, וווּ די יונגע אַסירים זענען געוואַקסן. די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן האָבן באַפֿרײַט בוכענוואַלד אין אַפּריל 1945. דערנאָך, האָט די פֿראַנצויזישע הומאַניטאַרע „אָרגאַניזאַציע פֿאַרן ראַטעווען קינדער‟ (Oeuvre de Secours aux Enfants), וועלכע האָט געזאַמלט די פֿאָטאָגראַפֿיעס, געבראַכט הונדערטער געראַטעוועטע בוכענוואַלדער קינדער קיין פֿראַנקרײַך, שווייץ און ענגלאַנד.
צווישן זיי זענען געווען אַזעלכע מענטשן, ווי עליע וויזעל און לאַו. נאָך דער מלחמה זענען אַ סך פֿון די געוועזענע יונגע אַסירים געוואָרן באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן. פֿרעד ראָזענבאַום, דער גרינדער־דירעקטאָר פֿונעם „לערן־הויז‟ און אַ באַקאַנטער חורבן־פֿאָרשער, האָט באַמערקט, אַז דאָס איז זייער אַן אינספּירירנדיקער אַספּעקט פֿון דער אויסשטעלונג. פּערזענלעך, האָט ער אָבער דערפֿילט אַ באַזונדערס עמאָציאָנעלן מאָמענט, ווען ער האָט זיך געטראָפֿן מיט טאָם סעלעני, אַ געוועזענער יונגער קאַצעטניק פֿון בוכענוואַלד.
צוערשט, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן נישט געקאָנט געפֿינען אַ לעבעדיקן מענטש, וועלכער וואָלט געקאָנט דערציילן וועגן זײַן לעבן אינעם נאַצי־לאַגער בעת דעם עפֿענונג־אָוונט. ווען די אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט, האָט סעלעני זיך פּלוצעם באַוויזן אויף דער אונטערנעמונג.
דער 86־יאָריקער תּושבֿ פֿון סאַן־מאַטעאָ, קאַליפֿאָרניע, האָט דערציילט, אַז להיפּוך צו דער אויפֿשריפֿט „אַרבעט מאַכט פֿרײַ‟, מיט וועלכער עס זענען געווען „באַצירט‟ די טויערן פֿון אוישוויץ, איז דער בוכענוואַלדער לאָזונג געווען „יעדן דאָס זײַנע‟. זײַענדיק אַ נאַיִוו 16־יאָריק קינד, האָט ער געמיינט, אַז דאָס לעבן אינעם לאַגער וועט נישט זײַן אַזוי שלעכט. ווען די דײַטשן וואָלטן טאַקע געפֿאָלגט דעם דאָזיקן לאָזונג לויט זייער פּונקטועלער מענטאַליטעט. למעשׂה, האָט ער געמוזט אַרבעטן אַ גאַנצן טאָג ווי אַ שקלאַף, לעבן אין אַ פֿאַרפּאַקטן באַראַק, לײַדן פֿון לײַז, הונגער און קעלט.
ווען די סאָוועטישע אַרמיי האָט באַפֿרײַט סעלעני, האָט ער זיך געפֿונען אין אַן אַנדער לאַגער, טערעזינשטאַט. די רוסישע סאָלדאַטן האָבן געלאָזט די געוועזענע אַסירים עסן וויפֿל מע וויל. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, צום באַדוירערן, אַז די דאָזיקע חסד־אַקציע האָט גורם געווען נײַע צרות. אַ סך אויסגעהונגערטע קאַצעטניקעס האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויפֿן שפּײַז און זענען קראַנק געוואָרן, און אַפֿילו געשטאָרבן פֿון צופֿיל עסן. ווען ער האָט זיך אומגעקערט קיין בודאַפּעשט, האָט אויף אים דאָרטן געוואַרט אַ גרויסע שׂימחה: זײַן מאַמע האָט אויך איבערגעלעבט דעם חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.