די בילד־שײנע אסתּרקעס

The Beautiful Esthers


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published February 20, 2015, issue of March 20, 2015.

שירע גאָרשמאַן, זאָל זיך מיִען, איז געװען ניט נאָר אַ בילד שײנע און זײער אַ קלוגע פֿרױ, נאָר זי האָט אױך פֿאַרמאָגט אַ באַזונדערן חוש צום לעבן. איר עקספּרעסיװע ליבע צו דער פֿײַנער ליריק האָט ניט געװוּסט קײן גרענעץ. בײַ יעדער געלעגנהײט פֿלעגט זי פֿאַרקאַטשען די אַרבל, אַ טאָפּע טאָן מיטן פֿיסל, און אױסשיסן אײַך אין פּנים־און־האַרץ אַרײַן מענדל ליפֿשיצס אַ ליד:

נאַ מײַן האַרץ
און מאַך פֿון אים אַ סעודה!
נאַ מײַן ברוסט און טראַשקע ווי אין טאַץ.
עך, זאַנודע, דו, זאַנודע,
ווערן זאָלסט צעפּלאַצט!

אַ רגע, צװײ איז זי געשטאַנען, װי פֿאַרשטאַרט, מיט פֿאַרמאַכטע אױגן, זיך צוגעהערט צום װילדן האַרץ־קלאַפּערײַ, און גלײַך נאָך דעם פֿלעגט זי אַ פּליאַסקע טאָן מיט די הענט און געפֿרעגט, װי אין דער װעלט אַרײַן: „נו, פּאַראַזיטן, איצט זעט איר װאָס הײסט אַן אמתע ליבע?‟

כּדי צו פֿאַרשטײן װאָס הײסט אַזאַ עקספּרעסיװע, ממש װילדע ליבע, האָט מען געדאַרפֿט זײַן אַ פֿרײַנד פֿון אַזאַ בילד שײנער ייִדישקע, װי שירע גאָרשמאַן, אַן אין־סופֿיקער גילגול פֿון אסתּר־המלכּה.

די גרױסע השפּעה פֿון מגילת־אסתּר אױף דער װעלטלעכער קינסטלערישער ליטעראַטור בכלל און אױפֿן ייִדישן פֿאָלקלאָר בפֿרט רופֿט ניט אַרױס קײן ספֿקות. די געשטאַלט פֿון דער „שײנער ייִדישקע‟, אין װעלכער ס‘האָט זיך פֿאַרליבט דער אָדער יענער קריסטלעכער קעניג, האָט צוגעצױגן צו זיך דעם אױפֿמערק פֿון די אײראָפּעיִשע שרײַבער זינט פֿריִערן מיטל־אַלטער. אױך צו דער זעלבער תּקופֿה געהערן די ערשטע ייִדישע מינדלעכע פֿאָלקס־מעשׂהלעך, נאָר אין אונטערשײד פֿון די ניט־ייִדישע שאַפֿונגען, אין װעלכע די „שײנע ייִדישקע‟ פֿאַרפֿירט דעם נאַיִװן קריסטלעכן קעניג און פֿאַרשאַפֿט אַ סך לײַדן דער בידנער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג, שילדערן די ייִדישע מעשׂהלעך אַ געשטאַלט פֿון אַ בילד־שײנער ייִדישער טאָכטער, װעלכע טוט אַלץ, כּדי צו ראַטעװען סײַ איר פֿאָלק און סײַ דעם כּבֿוד פֿון אַ ייִדישער טאָכטער. די מיטלען, װעלכע קומען אסתּרקען צו דער האַנט, זײַנען גאָר ניט װיכטיק, אַפֿילו װען זײ זײַנען אױף דער גרענעץ פֿון דער עטישער און עסטעטישער גראָבקײט.

די שרײַבער, װי באַװוּסט, האָבן אַ טבֿע צו נאַשן און באַהאַלטן אין זײער זכּרון־שופֿלאָד אַלץ, װאָס זײ זעען און הערן. אױך בײַ מיר אין זכּרון האָב איך אױסגעפֿונען אַ טשיקאַװע מעשׂהלע װעגן דער בילד־שײנער אסתּרקע, װעלכע מיט יאָרן צוריק האָט מיר דערצײלט אַ װױלער ייִד פֿון קוזמער.

אָט קומט אין גיכן דער שײנער יום־טובֿ פּורים און אונדז װעט גאָר ניט שאַטן צו באַקענען זיך מיט אַ פֿרײלעך ייִדיש מעשׂהלע פֿונעם װײַטן מיטל־אַלטער.

אין אַ ייִדישן ייִשובֿ אין פּױלן האָט אַמאָל געװױנט אַ ייִד אַן אַרענדאַר. ער האָט געהאַט אַן אײגן הײַזל, אַ שטיקל ערד און געהאַט אַ שײנע פּרנסה. נאָר װאָס? אַ לאַנגע צײַט האָט ער מיט זײַן װײַב ניט געקענט ברענגען אַ קינד אױף דער װעלט.

ויהי היום, ממש אױף דער עלטער האָט אים דער אײבערשטער מזכה געװען מיט אַ טאָכטער, אסתּרקע. די עלטערן האָבן זי אױפֿגעהאָדעװעט אױף האָניק און פּוטער; איז זי אױפֿגעװאַקסן, קײן עין־הרע, אַ יפֿת־תּואר, ממש אַ קראַסאַװיצע. אַז זי איז געקומען צו יאָרן, האָט זי אָנגעהױבן צוהעלפֿן איר פֿאָטער אין פֿעלד, ס’הײסט, געפּאַשעט די בהמות.

ויהי היום, מאַכט זיך אַ מאָל, דער בן־מלך איז אַרױס אױף געיעג און זיך פֿאַרװאָגלט אין װעג. װען ער האָט דערזען אין פֿעלד דאָס מײדל, איז זי אים באַלד זײער געפֿעלן געװאָרן, האָט ער באַקומען חשק צו איר, צוגעריטן, אַראָפּ פֿון פֿערד און זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ איר, װער זי איז?

„כ’בין אַ ייִדישע טאָכטער, פֿון דעם־אָ דערבײַיִקן הױז,‟ — האָט זי אים העפֿלעך אָנגעװיזן.

גוט… דער בן־מלך איז צוגעריטן צום הױז, געװאָר געװאָרן אױף דעם ייִד און אים באַפֿױלן, אַז מוצאי־שבת זאָל ער אים צושיקן זײַן טאָכטער אין פּאַלאַץ אַרײַן.

װי דער שטײגער בײַ ייִדן, איז אױפֿן הױז אָנגעפֿאַלן אַ טרױער מיט אַ געװײן — װאָס קען אַ בן־מלך װעלן פֿון אַ ייִדישער טאָכטער? ער װיל זי, מסתּמא, פֿאַר אַ פּילגש, נישט אַרױסגערעדט זאָל עס זײַן.

האָט זיך דער אַרענדאַר מקדים געװען, און פֿרי קאַיאָר, אַז קײנער זאָל נישט זען, אַװעק צום רבי הקדוש, שואל־עצה־זײַן. דער רבי האָט זיך אָבער נישט לאַנג מישבֿ געװען.

„גײ אַהײם, — האָט ער געזאָגט דעם אַרענדאַר, — און מאַך אַ שבת, און טאַקע אַ פֿרײלעכן שבת. און פֿאַררוק אַ גרױסן טשאָלנט, נאָר זע, אַז ער זאָל זײַן אַ ביסל שפּאָרעװדיקער װי געװײנלעך. און װײַטער, גיב אַכט, אַז דײַן טאָכטער זאָל עסן װי עס קער צו זײַן, װאָס מער איז בעסער — אײן טעלער און נאָך אַ טעלער, און… װי דען?… זי גײט דאָך עפּעס זיך פֿאָרשטעלן פֿאַרן מלכס זון. און װײַטער װעט שױן זכות־אָבֿות בײַשטײן.‟

אַז דער רבי־הקדוש הײסט, מסתּמא, װײסט ער װאָס ער זאָגט. דער אַרענדאַר האָט געהײסן דער פֿרױ אָנגרײטן אַ שבת און טאַקע װי לפֿני מלכים תּתיצבֿ, און מע האָט געגעסן און געטרונקען װיפֿל עס איז נאָר אַרײַן, נאָר יעדע װײַלע האָט מען געמוזט אױפֿשפּיליען אַן אַנדער קנעפּל פֿון די קלײדער.

ויהי ערבֿ ויהי בוקר… עס איז געקומען צו שלוש־סעודות, האָט מען די דריטע סעודה אױך ניט פֿאַרשעמט און געגעסן אַ ביסעלע מילכיקס, אַזױ װי דער סדר־העולם פֿירט זיך, און מע האָט אַכט געגעבן, אַז די טאָכטער זאָל זײַן טאַקע זאַט, זי גײט דאָך צװישן אײדל־לײַט.

הקיצור, די טאַטע־מאַמע האָבן זי אָנגעטאָן אין אַ נײַ קלײדל, אַ נײַער קאָפֿטע, אַ ביסל שענער פֿאַרלײגט דעם קעקסל, און זי אָפּגעפֿירט צום פּאַלאַץ. אַלײן זשע זײַנען זײ געבליבן שטײן אױפֿן װעג מיט ציטערדיקע הערצער, כּדי צו זען, — מה נעשׂה לה, װאָס װעט זײַן מיט איר?

בײַם בן־מלך איז, װי תּמיד, געװען אַ באַל. עס האָט געשפּילט מוזיק, מיט טױזנטער פֿלאַמען האָבן געלױכטן די זשיראַנדאָלן, און די שׂררים מיט די שׂררות האָבן געטאַנצט און געהוליעט.

װען דעם אַרענדאַרס טאָכטער איז נאָר אַרײַן אין פּאַלאַץ, האָט זי דער בן־מלך שײן אײַנגענומען און גלײַך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַלע אײדל־לײַט, און קײנער פֿון זײ האָט זיך נישט געקענט אָפּחידושן פֿון איר שײנקײט און צניעות.

אין מיטן דער גדולה, אָבער, האָט דעם אַרענדאַרס טאָכטער דערפֿילט, אַז דאָס שבתדיקע עסן, זײַט מיר מוחל, הײבט אָן צו װירקן. און װי אַזױ דאָס מײדל האָט זיך ניט באַמיט, האָט זי זיך בשום־אופֿן נישט געקענט אײַנהאַלטן. און די געסט האָבן עס באַלד דערפֿילט… איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אײן מאָל, און נאָך אַ מאָל, און װידער אַ מאָל… צוליב דעם בן־מלכן האָבן די געסט עס פֿאַרשװיגן, מע האָט פּשוט אױפֿגעמאַכט די פֿענצטער, באַשפּריצט דעם זאַל מיט שמעקװאַסער, אָבער עס האָט געהאָלפֿן װי אַ טױטן באַנקעס, און די געסט האָבן געמוזט זיך אָפּרוקן פֿון אסתּרקען. דער בן־מלך אַלײן האָט שױן נישט געקענט אױסקומען און געהײסן די דינער מע זאָל דאָס מײדל משלח זײַן, און טאַקע װאָס גיכער און װײַטער פֿונעם פּאַלאַץ…

דאָס מײדל איז אַרױסגעלאָפֿן פֿונעם פּאַלאַץ מיט אַ צעבראָכן געמיט, און אַ קװאַל טרערן האָט גערונען פֿון אירע אױגן… אױפֿן װעג האָט זי אָנגעטראָפֿן די טאַטע־מאַמע, און זי איז אַרױפֿגעפֿאַלן דער מאַמען אױפֿן האַלדז מיט אַ נײַעם קװאַל טרערן.

„זאָג, טאָכטערשי, װאָס איז געװען?‟ — װיל די מאַמע װיסן װאָס ס’האָט מיט איר טאָכטער געטראָפֿן.

„איך האָב זיך בלאַמירט…‟ — און אסתּרקע האָט אײַנגערױמט דער מאַמען אין אױער אַרײַן די גאַנצע מעשׂה.

„נאַרעלע, ניט דו האָסט זיך בלאַמירט, נאָר דער זכות־אָבֿות האָט דיך ׳באַװאָלקנט׳‟… — האָט איר די מאַמע אױסגעװישט די טרערן.