אין די לעצטע יאָרן, איז געווען שווער פֿאַר די נישט-אָרטאָדאָקסישע ייִדן צו וווינען אין ראָקלענד־קאַונטי, צוליב די עקאָנאָמישע פּראָבלעמען און דעם אונטערגאַנג פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער קהילה. די דאָזיקע געגנט, וואָס געפֿינט זיך 30 מײַל אויף צפֿון פֿון מאַנהעטן, איז שוין צוויי יאָר נאָכאַנאַנד באַקאַנט ווי די אָרעמסטע אינעם שטאַט.
די אָרטיקע ייִדישע פֿעדעראַציע האָבן ווייניק שטיצער, און די רעפֿאָרמער און קאָנסערוואַטיווע שילן האָבן פֿאַרלוירן אַ סך מיטגלידער. די איינציקע נישט-אָרטאָדאָקסישע ייִדישע טאָגשול אין ראָקלענד־קאַונטי האָט פֿיר מאָל ווייניקער תּלמידים, ווי מיט 10 יאָר צוריק. אַ סך אָרטיקע וועלטלעכע ייִדן טענהן אָבער, אַז די גרעסטע צרה איז דער אָנגעשטרענגטער סאָציאַלער קלימאַט, וועלכער האָט זיך געשאַפֿן צוליב דער וואַקסנדיקער פֿרומער קהילה.
אין ראָקלענד־קאַונטי געפֿינען זיך אַזעלכע גרויסע חרדישע צענטערס, ווי מאָנסי, ספּרינג־וואַלי און דאָס ריין־חסידישע שטעטל ניו־סקווער. די אָרטיקע פֿרומע קהילות ווערן כּסדר באַשולדיקט אין פֿאַרשיידענע צווייפֿלהאַפֿטיקע מאַכינאַציעס, אַרײַנגערעכנט דאָס אונטעררײַסן דעם פֿינאַנציעלן מצבֿ פֿון די מלוכישע שולן און דאָס צווינגען די אָרטיקע נישט־ייִדישע אײַנוווינער אָפּצוצאָלן זייערע שטײַערן לטובֿת די חרדים.
די אַלגעמיינע באַפֿעלקערונג פֿונעם ראַיאָן באַטרעפֿט 320,000 נפֿשות. בערך אַ דריטל פֿון זיי זענען ייִדן. ס׳רובֿ דירעקטאָרן פֿונעם אָרטיקן צענטראַלן שול־דעפּאַרטאַמענט זענען חרדים. אין דעצעמבער, האָט דער אָרטיקער פֿרומער פּאָליטיקער אַהרן ווידער, באַקומען אַ בריוו מיט אַ בילד, וואָס ווײַזט, ווי „אײַזיס‟־טעראָריסטן האַקן אָפּ זײַן קאָפּ. די אָרטיקע אַנטיסעמיטן באַנוצן זיך אויף דער אינטערנעץ מיט גיפֿטיקע אויסדרוקן קעגן די פֿרומע, אָנרופֿנדיק זיי „דער ראַק‟ און „דער היישעריק־שוואָרעם פֿון פּאַראַזיטן‟.
צווישן די שטאַרקסטע קענגער פֿונעם חרדישן ציבור זענען ביז לעצטנס געשטאַנען אין שפּיץ דווקא ייִדן, אָבער נישט אָרטאָדאָקסישע, וואָס בלײַבן פֿאַרקלעמט פֿון ביידע זײַטן, צווישן די אויפֿגערעגטע נישט־ייִדישע שכנים און די חרדים, וואָס ווײַזן אַרויס ווייניק סימפּאַטיע צו די אַנדערע מינים ייִדן.
מיט אַ יאָר צוריק, האָבן די נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע פֿירער אין ראָקלענד־קאַונטי זיך אַרײַנגעמישט אינעם מחלוקת אַרום דער בילדונג־דעפּאַרטאַמענט, שטיצנדיק די נישט־ייִדישע תּושבֿים און פֿאָדערנדיק בײַ דער מלוכה אָפּצושטעלן די קאָרופּציע. אין דער זעלבער צײַט, האָט די אָרטיקע ייִדישע פֿעדעראַציע און אַנדערע וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס אָנגעהויבן אַ שטיצע־קאַמפּאַניע, האָפֿנדיק אויפֿצולעבן די אונטערגייענדיקע נישט־אָרטאָדאָקסישע אינסטיטוציעס אין דער געגנט.
דיאַן שלויער, די דירעקטאָרן פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע אין ראָקלענד־קאַונטי, האָט געטעהנט, אַז צוליב דעם אָנגייענדיקן מחלוקת האָט די שיינע און רויִקע גענגט, וווּ אַ סך וועלטלעכע ייִדן וואָלטן געקאָנט זיך באַזעצן מיט פֿאַרגעניגן, ווערט הײַנט אַסאָציִיִרט אין דער פּרעסע מיט סתּירות און סקאַנדאַלן. דער קאָנסערוואַטיווער ראַבינער אָדם באָלדאַשין פֿון מאָנטעבעלאָ, אַ שטעטל אין ראָקלענד־קאַונטי, האָט געזאָגט, אַז הגם פֿון דער ווײַטן זעט עס אויס, אַז זײַן קהילה האָט פֿאַרנומען דעם צד־שכּנגד מכּוח די אָרטיקע ייִדן, האָבן זיי נישט געהאַט קיין אַנדער ברירה. אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט ער דערלקערט, אַז אין אַזאַ פֿאַל איז די מיצווה צו העלפֿן די שכנים חל דווקא אויף די אָרטיקע נישט־ייִדן.
אַן אַנדער סיבה פֿונעם מחלוקת איז פֿאַרבונדן מיט די אָנגעשטרענגטע ראַסע־באַציִונגען. ס׳רובֿ אָרטיקע נישט־ייִדישע תּושבֿים זענען שוואַרצע אָדער לאַטײַן־אַמעריקאַנער. אינעם פּעריאָד פֿון 1989 ביז 2009, זענען אַ סך ווײַסע נישט־ייִדן אַנטלאָפֿן פֿון דער געגנט, און די אָרטיקע מלוכישע שולן האָבן זיך אָנגעפֿילט מיט די שפּאַניש־רעדנדיקע אימיגראַנטן.
אָנהייבנדיק פֿון די 1990ער יאָרן, זענען דער פֿרומער קהילות זיך צעוואַקסן און איבערגענומען דעם קאָנטראָל איבער גאַנצע ראַיאָנען פֿון ראָקלענד־קאַונטי. צוליב דעם, האָבן די תּושבֿים פֿון ערמאָנט דערקלערט זייער געגנט אומאָפּהענגיק פֿון דער שטאָט ראַמאַפּאָ און אײַנגעפֿירט אייגענע געזעצן, אַרײַנגערעכנט דעם פֿאַרווער צו בויען שילן אין באַוווינטע ערטער. אין דער זעלבער צײַט, האָט דער פֿרומער עולם אײַנגעפֿירט אייגענע כּללים אין זייערע געגנטן.
דאָס מחלוקת האָט זיך פֿאַרשאַרפֿט אינעם יאָר 2005, ווען די פֿרומע מיטגלידער האָבן איבערגענומען די שול־אַדמיניסטראַציע — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זייערע אייגענע קינדער לערנען זיך ישיבֿות. די פֿרומע רעגירונג־באַאַמטע האָבן געשניטן דעם בודזשעט פֿאַר די ספּאָרט־, טעאַטער-, מוזיק־ און קונסט־פּראָגראַמען אין די אָרטיקע מלוכישע שולן. דערצו, האָבן זיי אײַנגעשטעלט אַן אייגענע אַדוואָקאַט־פֿירמע, וואָס פֿאַרטיידיקט די אינטערעסן פֿונעם פֿרומען ציבור.
לעצטנס, האָט די שטאַט־רעגירוג אָנגעהויבן זיך אַרײַנמישן אין דער סיטואַציע. די אָרטיקע וועלטלעכע ייִדן האָבן אָבער מורא, אַז די פֿרומע קהילות וועלן זיך ווײַטער צעוואַקסן, איבערנעמען די אַנדערע שטעטלעך אין דער געגנט, און פֿאַרוואַנדלען זיי אין אַ המשך פֿונעם אומרויִקן מחלוקת־שטעטל מאָנסי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.