די מצבֿה פֿון איינער פֿון די טעכטער פֿון ר׳ נחמן בראַצלעווער איז אונטערגעצונדן און פֿאַרשמירט געוואָרן מיט אַ האַקנקרייץ.
דער קבֿר פֿונעם יאָר 1831 אין דער שטאָט קרעמענטשוג, אוקראַיִנע, איז ערשט רעמאָנטירט געוואָרן מיט אַ חודש צוריק דורך דער אָרגאַניזאַציע „אוהלי צדיקים‟, וואָס האָט שוין רעסטאַוורירט אַ צאָל ייִדישע קבֿרים איבערן ראַיאָן.
„דער היזק איז אַ גרויסער,‟ האָט הרבֿ שמעון בוסקילאַ, פֿונעם „אַלוועלטלעכן בראַצלעווער צענטער‟ זונטיק איבערגעגעבן דער ייִט״אַ.
פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם קבֿר, אַרויסגעלאָזט פֿון „אוהלי צדיקים‟, ווײַזן די פֿאַרברענטקייט פֿון אינעווייניק פֿון אַ קליינער סטרוקטור, געבויט איבערן קבֿר. די וואַנדאַלן האָבן אויך געמאָלט אַ האַקנקרייץ מיט שוואַרצער טינט פֿון דרויסן, באַגלייט מיט אַ בילד פֿון אַ פּנים און די ווערטער, Office Man Serega.
לויט „אוהלי צדיקים‟, האָט מען לעצטנס געהאַט פּלאַנירט דורכצופֿירן אַ בוי־פּראָיעקט אין דעם ראַיאָן, אָבער די אָרגאַניזאַציע האָט פּראָטעסטירט קעגן דעם פּלאַן, טענהנדיק, אַז דאָס איז אַ הייליק אָרט.
די פּאָליציי ווייסט וועגן דער וואַנדאַלישער אַקציע און באַמיט זיך צו פֿאַרהיטן, אַז דאָס זאָל זיך נישט איבערחזרן, האָט איבערגעגעבן הרבֿ ישׂראל מאיר גבאי, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע. ער האָט צוגעגעבן, אַז די גרופּע וועט פֿאַרריכטן דעם היזק.
די לערע פֿון ר׳ נחמן בראַצלאַווער האָט שוין צוגעצויגן הונדערטער טויזנטער אָנהענגער. זײַן קבֿר אין דער אוקראַיִנישער שטאָט אומאַן איז איינער פֿון די צום מערסטן באַזוכטע חסידישע ערטער אויף דער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.