צװישן די ביכער פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטישע שרײַבער, װאָס זײַנען אַרײַן אין דער רשימה פֿון די בעסטע װערק צווישן יונגע אַמעריקאַנער מחברים אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, זײַנען דאָ ראָמאַנען פֿון פֿאַרשידענער קװאַליטעט. אײניקע פֿון זיי, װי למשל, באָריס פֿישמאַנס „אַ בימקום לעבן‟ זײַנען טאַקע באמת גוט, ערנסט און קלוג. אָבער „פּאַניק אין אַ טשעמאָדאַן‟ פֿון יעלענאַ אַכטיאָרסקאַיאַ איז װײַט ניט פֿון די בעסטע, ניט געקוקט אױף די אַנטציקטע רעצענזיעס אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע.
די רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטישע סבֿיבֿה, און בפֿרט די תּושבֿים פֿון דער אַזױ־גערופֿענער „קלײן־אָדעס‟, באַזאָרגט דעם שרײַבער מיט אַ רײַכן רױשטאָף פֿאַר הומאָר און סאַטירע. די פֿראַגע איז, װי אַזױ מען באַגײט זיך מיט אַזאַ שפֿע. מען קאָן נוצן דעם מאַטעריאַל פֿאַר שאַרפֿזיניקע אָבסערװאַציעס װעגן דער מענטשלעכער נאַטור, פֿאַר עקזיסטענציאַליסטישע חקירות װעגן דעם קיום פֿון דער מענטשהײט, פֿאַר סאָציאַלער קריטיק, אָדער פֿאַר אַן אינטערעסאַנטן סיפּור־המעשׂה. מען קאָן אָבער סתּם טרײַבן רכילות, מאַכן חוזק, און אָפּלאַכן פֿון שכנים און קרובֿים, בפֿרט װען מען קאָן שעפּן מאַטעריאַל פֿון דער אײגענער משפּחה. און אַזאַ װעג האָט אױסגעקליבן אַכטיאָרסקאַיאַ.
קינדװײַז איז זי געקומען פֿון אָדעס קײן ניו־יאָרק מיט דער כװאַליע פֿון דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע אין אָנהײב 1990ער יאָרן. איר פֿעטער, װאָס איז פֿאַרבליבן אין אָדעס, איז אַ ביסל שפּעטער געקומען צו באַזוכן זײַן שװעסטער און טאַטע־מאַמע אין זײער נײַער הײם. די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן דרײט זיך אַרום אָט דער מערקװירדיקער פֿיגור. דער פֿעטער פּאַשע איז אַ דיכטער, װאָס האָט קונה־שם געװען מיט זײַנע רוסישע לידער אין מאָסקװע און אין ניו־יאָרק, הגם אין זײַן הײמשטאָט אָדעס האַלט מען פֿון אים ניט. װי אַן עכטער דיכטער, איז ער אַ שטיקל שלימזל אין דער רעאַלער װעלט, אָבער בכלל איז ער אַ װױלער מענטש. און דערצו נאָך — אַ פֿרומער קריסט און אַ זאַמלער פֿון איקאָנעס.
דער ראָמאַן באַשטײט פֿון צװײ טײלן, װאָס קומען פֿאָר אין 1993—1994 און אין 2008. זײ זײַנען פֿאַרקניפּט דורך דער פֿיגור פֿון פּאַשעס פּלימעניצע פֿרידע, װאָס האָט מן־הסתּם די מחברין אַלײן פֿאַר איר פּראָטאָטיפּ. דער ערשטער טײל קומט פֿאָר אין ניו־יאָרק, און אינעם צװײטן טײל קומט פֿרידע צוריק קײן אָדעס אױף אַ חתונה פֿון איר שװעסטערקינד. אַזױ אַרום האָבן מיר צװײ פֿרידעס: אַ נעװראָטיש מײדל אין אַ משפּחה, װאָס ראַנגלט זיך מיט כּלערלײ אימיגראַנטישע צרות און דאגות, און אַ נעװראָטישע יונגע פֿרױ, װאָס האָט זיך שױן אָפּגעלערנט אײן יאָר אױף אַ דאָקטער און פֿאַרשטאַנען, אַז מעדיצין איז ניט איר זאַך. זי װיל האָבן איר אײגענעם לעבן, אָבער קאָן זיך ניט באַפֿרײַען פֿון דער משפּחהס עול. עס דאַכט זיך, אַז דװקא די נסיעה צוריק אין דער אַלטער הײם װעט איר העלפֿן צו געפֿינען אַן אױסװעג.
אָבער דער עיקר פֿונעם דאָזיקן ראָמאַן איז ניט די האַנדלונג אָדער פּערסאָנאַזשן. הינטער דער אױסגעטראַכטער פֿיגור פֿון דעם פֿעטער פּאַשע שטעקט אַ לעבעדיקער מענטש, אַכטיאָרסקאַיאַס פֿעטער באָריס כערסאָנסקי. ער איז באמת אַ באַקאַנטער רוסישער דיכטער, און ער לעבט טאַקע אין אָדעס. אין די לעצטע פּאָר װאָכן האָט זיך זײַן נאָמען באַװיזן אין די נײַעס, װײַל די פּראָ־רוסישע טעראָריסטן האָבן אױפֿגעריסן אַ באָמבע לעבן זײַן דירה. כערסאָנסקי איז זײער אַ מערקװירדיקע דערשײַנונג אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור. אַכטיאָרסקאַיאַ פֿאַרסך־הכּלט זײַן סיטואַציע גאַנץ אַקוראַט: אַ „גרױסער רוסישער דיכטער, װאָס איז באמת ניט קײן רוסישער, װײַל ער האָט תּמיד געלעבט ניט אין רוסלאַנד, נאָר אין אוקראַיִנע. אָבער רופֿן אים אַן ’אוקראַיִנער‘ טאָר מען אױך בשום אופֿן ניט. און חוץ אַלעמען איז ער דאָך אַ ייִד, װאָס אין רוסלאַנד האַלט מען עס פֿאַר אַ באַזונדערער נאַציאָנאַליטעט, אױב ניט פֿאַר אַ באַזונדערן מין. כאָטש קײן ייִד איז ער אױך ניט, װײַל ער איז געװאָרן אַ פּראַװאָסלאַװנער קריסט.‟ פֿון אַזאַ באַשרײַבונג אַלײן װאָלט געקאָנט אױסװאַקסן אַ נישקשהדיקער ראָמאַן.
און צום סוף פֿונעם בוך טראַכט טאַקע פֿרידע װעגן אָנשרײַבן אַ ביאָגראַפֿיע פֿון איר פֿעטער. מען קאָן אַפֿילו זאָגן, יעלענאַ אַכטיאָרסקאַיאַ האָט געמאַכט אַזאַ פּרוּװ, אָבער דער רעזולטאַט איז אַ בלאַסע קאַריקאַטור מיט גרױסע ליטעראַרישע פּרעטענזיעס. פּאַשע איז אַרױסגעקומען װי אַ דיכטער אַ בטלן, װאָס זײַן גרעסטע דאגה איז די רעפּוטאַציע זײַנע אין ליטעראַטור. דער לײענער באַקומט ניט קײן טעם פֿון זײַן פּאָעזיע, װײַל פֿרידע האָט זײַנע לידער אַפֿילו ניט געלײענט. דער רעאַלער באָריס כערסאָנסקי איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלער דאָקטער, אַ מומחה אין פּסיכיאַטריע, װאָס איז גאַנץ באַקאַנט אין אָדעס. אַװדאי, איז די מחברין פֿרײַ צו שילדערן אירע העלדן װי זי װיל, אָבער זי האָט אַװעקגענומען בײַ איר פֿעטער אַ װיכטיקן טײל פֿון זײַן לעבן, װאָס האָט צו טאָן מיט זײַן פּראָפֿעסיע.
אין דער סאָװעטישער צײַט איז כערסאָנסקי געװען אַ דיסידענט, און זײַנע גײַסטלעכע זוכענישן האָבן אים געבראַכט צום קריסטלעכן גלױבן. דערבײַ איז ער אפֿשר דער סאַמע טיף־ייִדישער, לױט דער טעמאַטיק און דער שטימונג, צװישן די הײַנטיקע רוסישע דיכטער. הקיצור, ער איז אַן אָריגינעלע און סתּירותדיקע פּערזענלעכקײט, אַ פּערפֿעקטע פֿיגור פֿאַר אַ געשפּאַנטן און טיפֿן ראָמאַן, װאָס װאָלט געקאָנט באַרירן ענינים פֿון ליטעראַטור, פּאָליטיק, רעליגיע און פּסיכאָלאָגיע. אָבער אַנשטאָט דעם האָבן מיר באַקומען אַ נאַרציסטישן קאָמערציעלן חיבור, װאָס פֿאַרקױפֿט באַנאַלע אימיגראַנטיש־עטנישע קלישעען, אײַנגעפּאַקעוועט אין אַ פֿאַרדרײטן און פּרעטענציעז־װיציקן ענגליש לשון.
סײַ די „ניו־יאָרק טײַמס‟, סײַ די „װאַשינגטאָן פּאָסט‟ לױבן אַכטיאָרסקאַיאַס ראָמאַן פֿאַר איר שאַרפֿן הומאָר און סטיל. זי האָט זיך גוט צוגעפּאַסט צו דער מאָדע אױף דער רוסיש־ייִדישער עטנישער קאָמעדיע, װאָס רופֿט אַרױס נאָסטאַלגיע נאָך די ייִדישע קאָמיקער פֿונעם „באָרשט־בעלט‟ אין די 1940ער–50ער יאָרן. דאָס איז אַ גענגבאַרע סחורה פֿאַרן הײַנטיקן מאַרק פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. אַ שאָד, װאָס פֿאַר דעם דאַרף מען מקריבֿ זײַן די באמת אײגנאַרטיקע פֿיגור פֿון באָריס כערסאָנסקי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.