ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published February 24, 2015, issue of March 20, 2015.

דער פֿאָטאָ־סימבאָל פֿון וואַרשע

אין מיטן וואַרשע, לעבן האָטעל בריסטאָל, שטייט „דאָס הויז פֿאַר די באַגעגענישן מיט דער געשיכטע‟. דאָרט קען מען הערן לעקציעס און זען אויסשטעלונגען — אַלץ אין פֿאַרבינדונג מיט דער געשיכטע פֿון פּוילן.

לעצטנס, האָט דער דאָזיקער אינסטיטוט איניציִיִרט אַ ברייטע אַנקעטע. געפֿרעגט האָט מען די וואַרשעווער תּושבֿים, וואָס פֿאַר אַ בילד וואָלט געקאָנט סימבאָליזירן די פּוילישע הויפּטשטאָט, צווישן די יאָרן 1861 און 2000? וואָס פֿאַר אַ בילד איז ראוי צום טיטל „פֿאָטאָ-איקאָן‟ פֿון וואַרשע?

די וואַרשעווער האָבן אויסדערוויילט דאָס בילד פֿונעם קינד, וואָס שטייט מיט די אויפֿגעהויבענע הענט, און הינטער אים — אַ דײַטשישער סאָלדאַט מיט אַ ביקס. דאָס בילד איז געווען אַ טייל פֿון דעם באַריכט, וואָס דער גענעראַל יורגאַן סטראָפּ האָט אָפּגעשיקט אין בערלין, ווי אַן עדות, אַז די וואַרשעווער געטאָ איז נאָכן אויפֿשטאַנד ליקווידירט געוואָרן.

דאָס קינד אויפֿן בילד הייסט אַרטור שיעמאָנטעק, און ער איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין יאָר 1935. דאָס הייסט, אַז ווען ער וואָלט געלעבט, וואָלט ער איצט געווען אַכציק יאָר אַלט. מיר ווייסן נישט, וווּ און ווי ער איז אומגעקומען. גענויע דעטאַלן וועגן דעם מיידל אויף דער לינקער זײַט פֿונעם בילד האָבן מיר יאָ. זי הייסט חנה לאַמעט. אינעם אַרכיוו פֿונעם טויט-לאַגער מײַדאַנעק געפֿינען מיר איר בילד און אַפֿילו אינפֿאָרמאַציע וועגן איר גורל. דאָס קליינע מיידעלע איז פֿאַרגאַזט געוואָרן.

דער ייִדיש־פּוילישער היסטאָריקער פֿעליקס טיך ז״ל

דעם 17טן פֿעברואַר איז געשטאָרבן אין וואַרשע דער ייִדישער-פּוילישער היסטאָריקער פֿעליקס טיך. טיך איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין יאָר 1929. די דײַטשן האָבן דערמאָרדעט אין טרעבלינקע זײַן גאַנצע משפּחה: טאַטע-מאַמע און אַכט שוועסטער און ברידער. טיכן האָט געראַטעוועט אַ פּוילישע משפּחה, וואָס האָט אים גענומען צו זיך. אין 1968 בשעת דער גרויסער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע האָט מען אים אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער אַרבעט אינעם אוניווערסיטעט. פֿון 1995 ביז 2006 איז ער געווען דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין וואַרשע. אין די לעצטע צוואָנציק יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט טיך זיך אָפּגעגעבן מיטן פֿאָרשן דעם חורבן. טיך איז דער מחבר פֿון צענדליקער ביכער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער געשיכטע פֿון פּוילן בכלל און מיט דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן בפֿרט.

אַ טרעפֿונג אינעם וואַרשעווער ליטעראַטן־הויז

דער ישׂראלדיקער פּראָפֿעסאָר גבֿריאל מוקד איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן אין יאָר 1934. מוקד איז אַנטלאָפֿן מיט זײַן מאַמען פֿון דער וואַרשעווער געטאָ, און אין יאָר 1946 האָט ער עמיגרירט מיט דער אַזוי גערופֿענער „עלית הנוער‟ (יוגנט־עליה קיין ישׂראל). ער רעדט אַ גוטן פּויליש ביזן הײַנטיקן טאָג און איז אַ בקי אין דער פּוילישער ליטעראַטור.

ווי דער רעדאַקטאָר פֿון דער וויכטיקער ליטעראַרישער צײַטשריפֿט „עכשיו‟, האָט מוקד אַנטדעקט אַ סך ליטעראַרישע טאַלאַנטן, ווי למשל, די אומפֿאַרגעסלעכע פּאָעטעסע יונה וואַלאַך, דער שרײַבער פֿון חורבן — אַהרון אַפּעלפֿעלד און אַ סך אַנדערע.

גבֿריאל מוקד האָט דעם 16טן פֿעברואַר פֿאַרבעטן אַ טוץ פּוילישע און ייִדיש-פּוילישע שרײַבער אויף אַ ליטעראַרישער טרעפֿונג אינעם וואַרשעווער ליטעראַטן־הויז, וואָס געפֿינט זיך לעבן דעם דענקמאָל פֿונעם מלך אין דער אַלט-שטאָט.

מוקד, וואָס איז איצט דער רעדאַקטאָר פֿונעם „ירושלים־רעוויו‟ וויל דערמוטיקן מער קאָנטאַקטן צווישן די ישׂראלדיקע און פּוילישע שרײַבער. אויף דער טרעפֿונג איז אויך געגאַנגען די רייד וועגן דער ראָלע, וואָס די שרײַבער קענען שפּילן אין דער הײַנטיקער וועלט בכלל, און אין מיטעלן מיזרח בפֿרט.

דער באַרימטער ייִדיש-פּוילישער שרײַבער יוזעף הען האָט געזאָגט, אַז ער האָט אַ ספֿק, צי די קאָנטאַקטן צווישן די פּוילישע, ישׂראלדיקע און אַראַבישע שרײַבער קענען העלפֿן צו שאַפֿן אַ מער פֿרידלעכן מיטעלן מיזרח, כּל־זמן מען לערנט די אַראַבישע קינדער שוין אין קינדער-גאָרטן און שול האַס און אומטעלעראַנץ. „אַלץ, וואָס מען לערנט אין דער קינדהייט, איז שפּעטער זייער שווער אויסצוּוואָרצלען‟, האָט געזאָגט דער וועלט־באַרימטער שרײַבער.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.