נישט געקוקט אויף די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען צווישן די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע פֿירער, זענען 70% אַמעריקאַנער ווײַטער פּאָזיטיוו־געשטימט צו ישׂראל, לויט אַ „גאַלאָפּ‟־אַנקעטע.
בלויז 17% אַמעריקאַנער זענען פּאָזיטיוו־געשטימט צו דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, גיט איבער די אַנקעטע. די רעזולטאַטן זענען כּמעט אידענטיש מיט די רעזולטאַטן פֿון דער אַנקעטע פֿאַראַיאָרן, ווען מע האָט געשטעלט די זעלבע פֿראַגע.
במשך פֿון דער צײַט צווישן די צוויי אַנקעטעס, זענען פֿאָרגעקומען צוויי וויכטיקע געשעענישן: ערשטנס, ישׂראלס 50־טאָגיקע אָפּעראַציע קעגן „כאַמאַס‟ אין עזה פֿאַראַיאָרן זומער, און צווייטנס, די עפֿנטלעכע חילוקי־דעות צווישן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו און דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ.
די אַנקעטע ווײַזט אָבער גאָר אַנדערע רעזולטאַטן, ווען מע צעטיילט די באַטייליקטע לויט דער פּאַרטיי. בעת 83% רעפּובליקאַנער זענען פּאָזיטיוו־געשטימט צו ישׂראל, זענען בלויז 48% דעמאָקראַטן פּאָזיטיוו־געשטימט — 10 פּונקט ווייניקער ווי פֿאַראַיאָרן. ס׳איז מעגלעך, אַז די ירידה פֿון שטיצע בײַ די דעמאָקראַטן איז אַ רעזולטאַט פֿון דער מחלוקת איבערן קאָנטראָווערסאַלן פּלאַן, אַז נתניהו זאָל אָפּהאַלטן אַ רעדע פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס דעם 3טן מאַרץ.
אין שײַכות מיטן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, סימפּאַטיזירן 62% אַמעריקאַנער מער מיט די ישׂראלים, און 16% פֿילן מיט די פּאַלעסטינער — אויך כּמעט די זעלבע צאָל ווי פֿאַראַיאָרן.
די אַנקעטע איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך טעלעפֿאָן־שמועסן אויף טראַף מיט 837 דערוואַקסענע, וועלכע וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.