אין זײַן באַרימטער פּיעסע „ראָמעאָ און דזשוליעט‟, פֿרעגט שעקספּיר: „וואָס שטעקט אין אַ נאָמען‟. מע קאָן די דאָזיקע קשיא פֿאַרברייטערן און פֿרעגן: וואָס שטעקט אין דער שפּראַך? די קלאַסישע פּאָעזיע איז באַגרינדעט אויף פֿאָרמעלע כּמו־מאַטעמאַטישע שפּילערײַען מיט טראַפֿן און קלאַנגען. פֿון וואַנען נעמט זיך אין אַזאַ אַבסטראַקטער סטרוקטור שיינקייט און טיפֿקייט?
דער מענטשלעכער מוח איז מסוגל אײַנצוזען אַ באַדײַט אַפֿילו אינעם סאַמע אויסטערלישן אומזין. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט די רוסישע וועבזײַט פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „טריניטאַריזם־אַקאַדעמיע‟ פֿאַרעפֿנטלעכט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון כּלומרשט אוראַלטע סלאַווישע אויפֿשריפֿטן, אַנטדעקט אין דער פּסקאָווער געגנט, נישט ווײַט פֿון דער אוראַלטער שטאָט וועליקיִע־לוקי. די וועבזײַט, וווּ דער דאָזיקער קוריאָז איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן, פֿאַרנעמט זיך מיט כּלערליי ווילדע אומוויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען. אַ סך מאַטעריאַלן האָבן דערצו אַ בפֿירוש נאַציאָנאַליסטישן פּראָ־רוסישן טעם.
עמעצער האָט פֿאָטאָגראַפֿירט אַן אַלטע ייִדישע מצבֿה און געמאַכט דעם עם־הארצישן אויספֿיר, אַז דאָס מוז זײַן אַ דענקמאָל פֿון עפּעס אַן אוניקאַלן פֿאָרהיסטאָרישן רוסישן אַלף־בית. דער צאַר אַלעקסאַנדר דער צווייטער האָט פֿאַרברייטערט דעם תּחום־המושבֿ, און דערלויבט די ייִדן זיך צו באַזעצן אין וועליקיִע־לוקי. אינעם יאָר 1897 האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט שוין באַטראָפֿן 8 פּראָצענט און ווײַטער געוואַקסן.
אַ פּאָר ייִדישע לייענער האָבן, אַוודאי, רעאַגירט אויף דער „סענסאַציאָנעלער‟ אַנטדעקונג. אַנשטאָט צו אַנטשולדיקן זיך פֿאַרן נאַרישן אַרטיקל, האָט די רעדאַקציע פֿון דער וועבזײַט פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך אַן אַרטיקל, פֿון ג. קאָטאָוואַ, וועלכע האָט פֿאָרגעלייגט אַן אייגענע „איבערזעצונג‟. אויב מע קערט די מצבֿה איבער, קאָן מען אָפּטײַטשן די אותיות ווי אַ מישמאַש פֿון אויסגעקרימטע גריכישע, רוסישע און לאַטײַנישע אותיות. ווײַטער, קאָן מען דאָס דאָזיקע געמיש אָפּטײַטשן ווי ראָשי-תּיבֿות און אָפּגעריסענע האַלב־ווערטער אויף אַלטפֿרענקישע רוסישע דיאַלעקטן.
אין גיכן, האָט קאָטאָוואַ פֿאַרשטאַנען, אַז איר אָפּטײַטש איז אומגעלומפּערט, און זיך אַנטשולדיקט פֿאַרן עם־הארצישן טעות. הגם דער דאָזיקער קוריאָז איז געשען מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, טרעפֿן זיך נאָך אַלץ מענטשן, וואָס שאַצן די דאָזיקע מצבֿה אָפּ ווײַטער ווי אַ „סענסאַציע‟. דעם 8טן פֿעברואַר, האָט אירשאַט זיאַנבערדין, אַ פּעטערבורגער פֿאָרשער פֿון באַשקיריש און אַנדערע טורקישע שפּראַכן, געמאָלדן, אַז הגם דער עפּיטאַף איז טאַקע אָנגעשריבן אויף לשון־קודש, מוזן די מחברים זײַן די כּוזרים! ס׳זעט אויס, אַז דעם דאָזיקן אָפּטײַטשער האָט נישט געאַרט די דאַטע אויף דער מצבֿה: תּר״פֿ אָדער 1920. לויט זײַן טעאָריע באַקומט זיך, אַז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זענען אַ טייל תּושבֿים געווען די מיסטעריעזע אוראַלטע כאַזאַרן.
ווי געזאָגט, האָט זיך דער דאָזיקער טשיקאַווער קוריאָז אָנגעהויבן צוליב דעם, וואָס עמעצער האָט לכתּחילה ערנסט אײַנגעזען עפּעס אַ באַהאַלטענעם באַדײַט אין די איבערגעקערטע ייִדישע אותיות. ווען די דערמאָנטע מחברטע האָט דערזען די מצבֿה, איז אין איר שׂכל אויפֿגעקומען אַ געשטאַלט פֿון אַן אויסטערלישן רוסישן טעקסט — אויך אַן עפּיטאַף.
דער מחבר פֿון די שורות האָט אַמאָל דערציילט וועגן דעם גאָר אַריגינעלן מקובל, הרבֿ יהושע־פֿאַלק־זאבֿ וואָלפֿסאָן, וועלכער האָט אין זײַן ספֿר „פּליאות החכמה‟ אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקע טעאָריע פֿון אַ מין מיסטישן ייִדישיזם. דער דאָזיקער בעסאַראַבישער רבֿ, וועלכער האָט געדינט סוף דעם 19טן יאָרהונדערט אינעם מאָלדאַווישן שטעטל פֿאַלטיטשען האָט געפּרוּווט צו דערווײַזן, אַז ייִדיש שטאַמט פֿון לשון־קודש.
צווישן די רומענישע נאַציאָנאַליסטן איז פֿאַרשפּרייט אַ טעאָריע, לויט וועלכער די רומענער זענען די אמתע יורשים פֿון דער רוימישער אימפּעריע, און רומעניש איז בעצם לאַטײַן. פֿון דער צווייטער זײַט, ווערט רוים אַסאָציִיִרט אין דער ייִדישער טראַדיציע מיט יעקבֿס ברודער עשׂו. צוליב דעם, האָט דער דערמאָנטער רבֿ געגלייבט, אַז רומעניש שטאַמט אויך פֿון לשון־קודש, און האָט צוגעטראַכט אַ פֿראַזע מיטן זעלבן באַדײַט, וואָס קלינגט טאַקע עטוואָס ענלעך, אויב מע לייענט זי אויף לשון־קודש מיט דער בעסאַראַבישער הבֿרה: „אין אַתּה באָ אלינו‟ — „nu vi tu la noi‟.
דער דאָזיקער ספֿר איז פֿול מיט פֿאַרשיידענע שפּראַך־שפּילערײַען און משונהדיקע אויסגעטראַכטע אַלף־ביתן. אין יענער תּקופֿה, האָבן אַ סך ערנסטע לינגוויסטן זיך פֿאַרנומען מיט אַזעלכע פֿאָרשונגען, האָפֿנדיק צו געפֿינען דעם אוראַלטן שורש פֿון אַלע וועלט־לשונות. שפּעטער, האָבן זיי פֿאַרשטאַנען, אַז די אויבערפֿלעכלעכע פֿאַרבינדונגען זענען אָפֿט אַן אילוזיע פֿונעם מענטשלעכן מוח, וואָס שטרעבט איבעראַל אײַנצוזען באַדײַטפֿולע ענלעכקייטן.
בײַ ייִדן זענען אַזעלכע שפּראַך־עקספּערימענטן ברייט פֿאַרשפּרייט, און דינען כּסדר ווי אַ יסוד פֿון ערנסטע דרשות. די חז״ל טײַטשן אָפּ פֿאַרשיידענע תּנ״כישע ווערטער אויף גריכיש, און גריכישע ווערטער — אויף לשון־קודש. צום בײַשפּיל, קאָן מען אָפּטײַטשן דעם נאָמען פֿון אסתּר־המלכּה ווי „איסתּהר‟, וואָס אויף אַראַמיש איז דער טײַטש „שיין ווי די לבֿנה‟, אָדער ווי אַ „שטערן‟ אויף גריכיש און פּערסיש.
ווען מע פֿאַרוואַנדלט אַזעלכע שפּראַך־שפּילערײַען אין כּלומרשט וויסנשאַפֿטלעכע נאַציאָנאַליסטישע טעאָריעס, באַקומען זיי אַ שלעכטן טעם. בפֿרט, ווען עס גייט די רייד וועגן אַ פֿאַרלאָזטער מצבֿה אין אַ שטאָט, וווּ די נאַציס האָבן כּמעט אינגאַנצן פֿאַרטיליקט די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג, בערך 1,500 נפֿשות. ווי אַ מיסטישע אָדער סתּם פֿאַרווײַלערישע טעטיקייט, קאָנען אָבער כּלערליי חידושדיקע ווערטער־שפּילן דינען ווי אַ קוואַל פֿון שעפֿערישקייט און אינטערעסאַנטע פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגעס. ווי אַזוי באַקומט זיך בכלל, אַז אַן איבערגעדרייטע פֿראַזע אויף איין שפּראַך קאָן אויסזען ווי עפּעס מער־ווייניקער שׂכלדיקס אויף גאָר אַן אַנדער שפּראַך?
אַדרבה, אַזעלכע קונצן קאָן מען אויך דורכפֿירן מיט לשון גופֿא. מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן פּאַלינדראָמען אויף ייִדיש, וווּ עס ווערט דעמאָנסטרירט, אַז מע קאָן קאָנסטרוריִרן אַ גאַנץ ליד, וואָס בלײַבט פּונקט דאָס זעלביקע, אויב מע לייענט אַלע אותיות אויף קאַפּויער, פֿון סוף ביזן אָנהייב. פֿאָרנדיק אויפֿן פּאַראָם פֿון סטאַטען־אײַלענד קיין מאַנהעטן, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אָנצושרײַבן אין אַזאַ סטיל אַ באַשרײַבונג פֿון דער עצם־נסיעה.
עס באַקומט זיך, אַז אַ באַדײַטפֿולער ראָמאַנטישער טעקסט, פֿאַרבונדן מיט אַן אמתער נאַטור־סצענע, איז פּלוצעם אַרויסגעקומען פֿון אַן אַבסטראַקטער שפּיל מיט די אותיות. עס קאָן זײַן, אַז אין דער מענטשלעכער שפּראַך שטעקן געוויסע באַהאַלטענע סימעטריעס, וואָס דערמעגלעכן צו טרעפֿן אַזעלכע ווערטער־קאָמבינאַציעס. אויב אַזוי, ווי אַזוי זשע קאָן דער רעזולטאַט קלינגען טאַקע ווי אַ באַדײַטפֿול ליד, און נישט אַ צופֿעליקער מישמאַש?
אָגאַסטעס דע־מאָרגאַן, דער בריטישער מאַטעמאַטיקער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, וואָס זײַנע פֿאָרשונגען האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון לאָגיק און קאָמפּיוטערײַ, דערציילט אין זײַן בוך „אַן אוצר פֿון פּאַראַדאָקסן‟ וועגן אַ טשיקאַווער שפּאַסיקער ווערטער־שפּיל, וואָס ער רופֿט אָן „אַלפֿאַבעטישע קבלה‟ (Cabbala Alphabetica). ס׳זעט אויס, אַז דע־מאָרגאַן איז געווען, אין אַ געוויסער מאָס, באַקאַנט מיט די קבלהדיקע צירופֿי־אותיות.
די שפּיל באַשטייט אין דעם, וואָס מע דאַרף צונויפֿשטעלן אַ פֿראַזע אויף ענגליש, וווּ מע געפֿינט בלויז איין מאָל יעדן באַזונדערן אות פֿונעם לאַטײַנישן אַלף־בית. עס קלינגט גאַנץ פּשוט, אָבער גאָר שווער צו פֿאַרווירקלעכן. שפּילנדיק מיט זײַן קאָלעגע ד״ר וויליאַם וויוועל, האָט דער מאַטעמאַטיקער צוגעטראַכט אַ צאָל אַזעלכע פֿראַזעס, אָבער נישט געקאָנט אין זיי אַרײַנפּאַסן אַלע 26 ענגלישע אותיות.
אַזאַ שפּילערײַ איז באַקאַנט ווי אַ „פּינקטלעכע פּאַנגראַם‟. אַן אומפּינקטלעכע ענגלישע פֿראַזע וועגן אַ פֿוקס, וואָס שפּרינגט איבער אַ הונט, איז אַ פּאָפּולער מיטל צו טעסטירן די קאָמפּיוטער־שריפֿטן. אַ פּאָר אותיות זענען אָבער אינעם דאָזיקן זאַץ איבערגעחזרט.
וואָס זשע טוט זיך מיט אַזעלכע פֿראַזעס אויף ייִדיש? ווידער איז מיר געקומען צו הילף דער דערמאָנטער פּאַראָם. אויפֿן וועג קיין סטאַטען־אײַלענד, האָב איך זיך מיט אַ וואָך צוריק פֿאַרטראַכט וועגן דע־מאָרגאַנס עקספּערימענטן און דעם קוריאָז מיט דער מצבֿה; פּלוצעם איז בײַ מיר אויפֿגעקומען אָט־די גאַנץ אַגרעסיווע פֿראַזע: „זעג, קצבֿ, האַס, כ׳שפּרודל מיט נחת!‟
יעדער פֿון די 22 ייִדישע אותיות טרעפֿט זיך דאָ טאַקע אַקוראַט איין מאָל, און דער באַדײַט איז גאַנץ קלאָר.
אין פֿאַרגלײַך מיט ענגליש, העלפֿן די ווערטער פֿונעם לשון־קודשדיקן אָפּשטאַם אָפּצושפּאָרן די וואָקאַל־אותיות. מיט דער סאָוועטישער פֿאָנעטישער אָרטאָגראַפֿיע וואָלט געווען גאָר שווער אַזאַ קונץ צו מאַכן.
די דערמאָנטע פֿראַזע איז, אַוודאי, נישט די איינציקע מעגלעכקייט. אָט אײַך נאָך:
„הפֿקר־מצבֿ, שדיכעס: חטא, גזלנות‟
„כאַ! ס׳רובֿ — צדקה. חתמעט, שיף־גזלן!‟
„צעפּ? די בת־מלך — אַ זונה? חס! שקר… גט!‟
אין פֿאַרגלײַך מיט אומזיניקע קאָמבינאַציעס פֿון גאָר זעלטענע ווערטער אין די באַקאַנטע ענגלישע פּינקטלעכע פּאַנגראַמען, זענען די ייִדישע פֿראַזעס גענוג טשיקאַווע און גראַמאַטיש אויסגעהאַלטן, כאָטש זיי קלינגען אַ ביסל מאָדנע, ווי דער שטייגער איז מיט די פּאַלינדראָמען און אַנדערע שווערע שפּראַך־שפּילערײַען.
אונדזערע לייענער קאָנען זיכער צוטראַכטן אַנדערע בײַשפּילן פֿון אַזעלכע טשיקאַוועסן לכּבֿוד פּורים, און זיך פֿאַרטראַכטן וועגן דער דערמאָנטער פֿילאָסאָפֿישער קשיא: ווי אַזוי זשע דערמעגלעכט אונדזער מוח צו געפֿינען אַ שעפֿערישן באַדײַט אין אַ גאַנץ אַבסטראַקטער מאַטעמאַטישער שפּיל? וואָס שטעקט טאַקע אין דער שפּראַך?
שטעלט אַרײַן אונטער אין די באַמערקונגען אײַערע קאָמבינאַציעס פֿון פּאַנגראַמען!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.