מיט דרײַ חדשים צוריק, זונטיק אינדערפֿרי, האָבן בערך 250 מענטשן זיך פֿאַרזאַמלט אין דער באָסטאָנער „ווילנער שיל‟, אויפֿגעשטעלט אינעם יאָר 1919 דורך די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון ליטע, אויף דער פֿיליפּס־סטריט אינעם צענטראַלן קוואַרטאַל ביקאָן־היל.
די פּרעכטיקע היסטאָרישע שיל האָט זיך פֿאַרמאַכט אין 1985, און דערנאָך זיך ווידער געעפֿנט אין די 1990ער יאָרן ווי אַ קולטור־צענטער. די פֿאַרזאַמלטע אויף דער נאָוועמבער־אונטערנעמונג האָבן געטראָגן ווײַסע צעטלעך מיט זייערע נעמען. מערילין אָקאָנאָוו, אַ שלאַנקע פֿרוי מיט טונקעלע גרוי־געוואָרענע לאָקן, איז אַרויפֿגעגאַנגען אויפֿן באַלעמער און אויפֿגערופֿן די באַטייליקטע משפּחות.
צום יאָר 2019, לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿון דער „ווילנער שיל‟, פּלאַנירט מען צו פֿאַרענדיקן איר רעסטאַווראַציע. אַלע פֿאַרזאַמלטע שטאַמען פֿון די אָריגינעלע מתפּללים, וועלכע האָבן אַמאָל געגרינדעט די דאָזיקע אָרטאָדאָקסישע קהילה. אָקאָנאָוו, בשותּפֿות מיט דוד ראָזען, האָבן דורכגעפֿירט אַ גענעאַלאָגישע פֿאָרשונג, און געפֿונען בערך 350 אָפּשטאַמלינגען פֿון די שיל־גרינדער. מיט אַ יאָר פֿריִער, איז פֿאָרגעקומען זייער ערשטע יערלעכע פֿאַרזאַמלונג.
אָקאָנאָוו האָט דערציילט, אַז לעצטנס האָט זי באַקומען אַ סך טעלעפֿאָן־קלאַנגען פֿון די מענטשן, וואָס האָבן זיך אַקטיוו פֿאַראינטערעסירט מיט זייערע משפּחה־וואָרצלען און פֿאַרבינדונגען מיט דער שיל. די פֿאָרשערין אַליין האָט איבערגעגעבן, אַז אירע אָבֿות שטאַמען סײַ פֿונעם תּחום־המושבֿ אין דער רוסישער אימפּעריע, סײַ פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער גאַליציע.
די נעמען-רשימה פֿון די אָריגינעלע 454 גרינדער איז אָפּגעהיט געוואָרן אויף פֿיר שילדן אין דער שיל. 150־200 נעמען זענען אויסגעקריצט אויף דער ליסטע פֿון מענער, געשאַפֿן אינעם יאָר 1923. אין דרײַ אַנדערע ליסטעס, פֿון 1907, 1923 און 1936, ווערן אָנגערופֿן די פֿרויען. אַ דאַנק קאָמפּליצירטע פֿאָרשונגען, האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַשטעטיקן דעם גורל פֿון 60 גרינדער, און צו געפֿינען זייערע אייניקלעך.
דוד לאַסקין, דער מחבר פֿונעם בוך „די משפּחה‟, וווּ עס ווערט דערציילט, ווי אַזוי ער האָט אויסגעפֿאָרשט די געשיכטע פֿון זײַן משפּחה אין מיזרח־אייראָפּע, ישׂראל און אַמעריקע, האָט באַמערקט, אַז אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געוואָלט ווערן וואָס גיכער עכטע אַמעריקאַנער און פֿאַרגעסן זייער אַלטע היים, וווּ מע האָט זיי פֿײַנט געהאַט און גערודפֿט. להיפּוך, ווילן זייערע אייניקלעך הײַנט אויסגעפֿינען אַלע פּרטים וועגן די מיזרח־אייראָפּעיִשע שרשים פֿון זייערע משפּחות.
מיט 100 יאָר צוריק, זענען אינעם מערבֿדיקן טייל פֿון באָסטאָן געשטאַנען 42 שילן. אַ סך מתפּללים זענען געווען מיטגלידער פֿון עטלעכע קהילות מיטאַמאָל. איין גרופּע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון ליטע, וועלכע האָט זיך גערופֿן „אַנשי ווילנע‟, האָט געדאַוונט צוזאַמען זינט 1893 און געשאַפֿן אַן אייגענע שיל אינעם יאָר 1909. פֿריִער, האָט זיך דאָרטן געפֿונען אַ באַפּטיסטישער קלויסטער. מיט 10 יאָר שפּעטער, האָבן זיי אויסגעבויט אַן אייגענעם בנין, די „ווילנער שיל‟, וואָס שטייט אינעם ראַיאָן ביז הײַנט.
אַ טייל פֿאַרזאַמלטע האָבן פֿריִער נישט געוווּסט די משפּחה־פּרטים. למשל, די באָסטאָנער אַדוואָקאַטן נינאַ קאָלען האָט זיך פֿאַרחידושט, ווען זי איז געווויר געוואָרן, אַז איר עלטער־זיידע, יעקבֿ־דוד קאָלען, האָט אָנגעפֿירט מיט די אָרטיקע ווילנער ייִדן אין די 1880ער און 1890ער יאָרן, איידער די קהילה האָט געקראָגן אַן אייגענעם בנין, הגם זי האָט יאָ געוווּסט, אַז ער איז געווען „עפּעס אַ רבֿ‟.
הגם די „ווילנער שיל‟ פֿונקציאָנירט נישט מער ווי אַ בית־תּפֿילה, האָט זיך אַרום איר געשאַפֿן אַ גרופּע מענטשן, וואָס פֿילן זיך צו איר פֿאַרבונדן צוליב די משפּחה־וואָרצלען. דער אויספֿיר־דירעקטאָר, באַרנעט קעסעל, האָט איבערגעגעבן, אַז מיט אַ יאָר צוריק, האָבן די פֿאַרזאַמלטע אייניקלעך פֿון די אַמאָליקע מתפּללים זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם רעמאָנט־פּראָיעקט. צום 100־יאָריקן יוביליי, האָפֿן זיי צו רעסטאַוורירן דעם בנין אינגאַנצן. אין דעם זין, האָט זיך אינעם הײַנטיקן יאָרהונדערט געשאַפֿן פֿון ס׳נײַ אַ קהילה אַרום דער באָסטאָנער „ווילנער שיל‟ — פֿון די עמאָציאָנעל פֿאַרבונדענע אייניקלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.