זעקס אימיגראַנטן, וואָס זענען אָנגעקומען קיין ישׂראל פֿון ענגליש־רעדנדיקע לענדער, האָבן באַקומען די הײַיאָריקע פּרעמיע „בוני־ציון‟ פֿאַרן יאָר 2015 פֿון דער אָרגאַניזאַציע „נפֿש בנפֿש‟.
דינסטיק, דעם 24סטן פֿעברואַר, האָט מען איבערגעגעבן, אַז יעדער פֿון די געווינער וועט באַקומען אין מײַ אַ סומע פֿון 10,000 דאָלאַר, בעת אַן אָפֿיציעלער צערעמאָניע אין דער כּנסת. איינער פֿון די לאַורעאַטן, וואָס האָט באַקומען דעם פּריז פֿאַר געזעלשאַפֿטלעכער און נישט־קאָמערציעלער טעטיקייט, איז הרבֿ ד״ר סעט פֿאַרבער, דער גרינדער און אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע ITIM, וועלכע העלפֿט די ישׂראלים צו לייזן די ביוראָקראַטישע פּראָבלעמען מיט די מלוכישע רבנות־אינסטאַנצן. פֿאַרבער איז אַן אַמעריקאַנער ייִד, וואָס וווינט אין ישׂראל זינט 1998.
יאָן מעדוועד, דער גרינדער און פֿאַרוואַלטער פֿון דער פֿירמע OurCrwod, וועלכער האָט אַרײַנגעלייגט אינוועסטיציעס אין איבער 100 אָנהייבנדיקע ישׂראלדיקע פֿירמעס, האָט געוווּנען די פּרעמיע פֿאַרן אַנטוויקלען די געשעפֿטן און טעכנאָלאָגיעס אינעם לאַנד. מעדוועד איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן קיין ישׂראל אין 1991.
פּראָפֿ׳ טשאַרלז ספּרונג, וועלכער פֿירט אָן מיטן אַלגעמיינעם רעאַנימאַציע־אָפּטייל בײַ דער מעדיצינישער אָרגאַניזאַציע „הדסה‟, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט בערך 300 פֿאָרש־אַרטיקלען אין פּראָמינענטע זשורנאַלן. ער איז אָנגעקומען פֿון אַמעריקע אינעם יאָר 1990 און האָט איצט געוווּנען דעם פּריז פֿאַר וויסנשאַפֿטלעכע און מעדיצינישע דערגרייכונגען.
ד״ר אסף שטיין, אַן אַנדער אַמעריקאַנער ייִד, וועלכער האָט עולה געווען אינעם יאָר 2012, האָט געוווּנען די פּרעמיע ווי אַ מיליטער־מאַן. ער איז דער איינציקער סאָלדאַט פֿון צה״ל, וועלכער האָט אָפּגעלייגט זײַן אַקאַדעמישע קאַריערע אין ביאָמעדיצינישער אינזשענירײַ, כּדי צו דינען ווי אַ סערזשאַנט־לייטענאַנט אין דער בריגאַדע „גולני‟.
אָשר ווײַל, דער קאָנסולטאַנט און רעדאַקטאָר פֿון אַלע ענגלישע פּובליקאַציעס פֿאַרן אָפּטייל פֿון דער „לימוד‟-קאָנפֿערענץ פֿאַר די ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, Limmud FSU, האָט געגרינדעט אין 1961 דעם אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד אין ירושלים, איז באַלוינט געוואָרן פֿאַר זײַן קולטורעלער און קונסט־טעטיקייט. ווײַל, וועלכער איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון ענגלאַנד קיין ישׂראל אינעם יאָר 1958, האָט אַרויסגעגעבן אַ סך ווערק פֿון ישׂראלדיקע שרײַבער און געזעלשאַפֿטלעכע טוער.
חנה־רײַפֿמאַן צווייטער, די גרינדער־דירעקטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע „קאַליידאָסקאָפּ‟ און „ראָש־פּינה‟, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף די באַציִונגען צווישן די ייִדישע און אַראַבישע שול־קינדער אין עכּו, האָט געוווּנען אַ פּרעמיע פֿאַר בילדונג־טעטיקייט. זי האָט עולה געווען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1992.
אַחוץ דעם, האָט טל בראָדי, אַ געוועזענע באַסקעטבאָליסטקע פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער קלוב „מכּבי‟, באַקומען אַ הוספֿה־פּרעמיע פֿאַר אירע לעבנס־דערגרייכונגען. זי איז געקומען פֿון אַמעריקע אין 1970.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.