אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, וווּ די שפּאַנונג צווישן די פֿרײַע, די פֿרומע און די „שטאַרק פֿרומע‟ פּולסירט כּסדר אונטערן אייבערפֿלאַך ווי אַ דראָענדיקער וווּלקאַן, וועט מען אין עטלעכע וואָכן אַרום אָנהייבן אַ ספּעציעלן קורס פֿאַר מעדיאַ־פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון אַלע דרײַ גרופּעס.
דער קורס, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דער ישׂראלדיקער אָרגאַניזאַציע „גשר‟, וועט צונויפֿברענגען 15 פֿירנדיקע פֿיגורן פֿון דער ישׂראלדיקער מעדיאַ — 5 חרדים, 5 נאַציאָנאַל־רעליגיעזע, און 5 סעקולערע ייִדן, כּדי צו מוטיקן מער טאָלעראַנץ און אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד צווישן די דרײַ גרופּעס ייִדן. די 15 סטודענטן וועלן זיך טרעפֿן צען מאָל במשך פֿון זעקס חדשים אויף אַ גאַנצן טאָג פֿון אַקטיוויטעטן און דיסקוסיעס וועגן די סאַמע ברענענדיקסטע טעמעס פֿונעם הײַנטיקן ישׂראל.
דער ערשטער קלאַס וועט פֿאָרקומען עטלעכע טעג נאָך די ישׂראלדיקע וואַלן דעם 17טן מאַרץ.
„די מעדיאַ־פּראָפֿעסיאָנאַלן האָבן הײַנט אַ ריזיקן כּוח בײַם אינפֿאָרמירן און באַווירקן מענטשן וואָס שייך די ׳הייסע׳ טעמעס פֿון אונדזער צײַט, ווײַל זיי באַשטימען ווי אַזוי די נײַעס ווערט פּרעזענטירט פֿאַרן ברייטן עולם,‟ האָט יוני שעריזען, דער פּראָגראַם־דירעקטאָר פֿון „גשר‟ געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „מיר ווילן זיי גיבן אַ געלעגנהייט צו הערן די אַרגומענטן פֿונעם ׳צווייטן צד׳, כּדי זיי זאָלן בעסער קענען פֿאַרשטיין דעם ענין און במילא עס בעסער קענען איבערגעבן.‟
יעדעס מאָל וואָס די גרופּע וועט זיך טרעפֿן, וועט מען באַהאַנדלען אַן ענין, וואָס רופֿט אַרויס פּאָטענציעלע צוזאַמענשטויסן צווישן די חרדים און די נישט־חרדישע ישׂראלים. איין קלאַס, למשל, וועט געווידמעט ווערן דער שפּאַנונג צווישן דער מלוכה און דער רעליגיע, וואָס שייך די פֿראַגעס פֿון חתונה האָבן און גטן זיך.
„די באַטייליקטע וועלן אָבער נישט בלויז אַרומרעדן די ענינים אין קלאַסצימער, נאָר זיך טאַקע טרעפֿן מיט פֿאָרשטייער פֿון ביידע צדדים,‟ האָט שעריזען דערקלערט. צו ערשט, וועט דער מאָדעראַטאָר זיי ברענגען אין אַ ירושלימער בית־דין, וווּ זיי וועלן אויסהערן דעם דיין, פֿאַר וואָס ס׳איז נייטיק, אַז די לעגאַלע ענינים פֿון משפּחה־לעבן זאָלן בלײַבן אונטער דער השגחה פֿונעם רבנות. גלײַכצײַטיק וועט עס זיי געבן אַ זעלטענע געלעגנהייט אויסצופֿרעגן דעם דיין, און דערבײַ בעסער פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די חרדישע פֿירער נעמען אויף דעם ענין אַזוי ערנסט.
דערנאָך וועט מען זיי ברענגען אינעם סעקולערן געריכט, וווּ מע וועט זיי באַקענען מיט אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס ראַנגלט זיך איבער אַ גט, צוליב אַ געוויסן הלכישן ענין, און דערבײַ גיבן די באַטייליקטע אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל, ווי אַזוי די באַשלוסן פֿונעם רבנות קאָנען ווירקן נעגאַטיוו אויפֿן טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון פּשוטע ישׂראלים.
ערשט דעמאָלט וועט פֿאָרקומען דער שווערסטער — און לעבעדיקסטער — טייל פֿונעם קלאַס: די חרדישע און נישט־חרדישע באַטייליקטע דאַרפֿן געפֿינען אַ בשותּפֿותדיקן וועג ווי אַזוי איבערצוגעבן די־אָ קאָנטראָווערסאַלע נײַעס אויף אַן אופֿן, וואָס דערקלערט סײַ די שטעלונג פֿונעם בית־דין, סײַ דעם סעקולערן קוקווינקל.
„ווען אַ רעפּאָרטער שרײַבט אָן זײַן אַרטיקל, דאַרף ער פֿאַרשטיין וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק ס׳וועט מאַכן אויף דער געזעלשאַפֿט,‟ האָט שעריזען באַמערקט. „אַזוי אַרום האָפֿן מיר צו שאַפֿן אַן אַחריותדיקן ייִדישן זשורנאַליזם.‟
דער קורס איז איינער פֿון אַ צאָל פֿירערשאַפֿט־קורסן בײַ „גשר‟, וואָס האָבן שוין געהאַט דערפֿאָלג אין פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן פֿרומע און פֿרײַע. ווי אַ רעזולטאַט פֿון די קורסן, האָט איין סעקולערער פּערסאָנאַל־דירעקטאָר פֿון אַ פֿירמע פֿון מעדיצינישער סחורה, באַזאָרגט 10 חרדישע פֿרויען מיט שטעלעס, און אין אַ צווייטן קורס, האָט אַן אָנגעזעענע סעקולערע דירעקטאָרין פֿון קונסט און קולטור אָרגאַניזירט, צום ערשטן מאָל, אַ קאָנצערט לכּבֿוד סליחות, ווי אויך אַ חנוכּה־פּראָגראַם, וואָס מע האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַר 26,000 תּלמידים איבערן לאַנד.
הגם „גשר‟ איז געגרינדעט געוואָרן מיט 40 יאָר צוריק ווי אַ מיטל צו מוטיקן אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד צווישן די רעליגיעזע און נישט־רעליגיעזע ייִדן אין ישׂראל, איז די וויכטיקייט פֿון אַזאַ אַרבעט געוואָרן אַ סך מער דרינגענדיק במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָרן, ווען אַלע צדדים געפֿינען זיך אויף מעסערשטעך: מע זעט ווי די סעקולערע ישׂראלים פֿאַרדאַמען דאָס ישׂראלדיקע רבנות, וואָס זיי זאָגן, טראָגט צו פֿיל מאַכט איבער זיי; מע הערט ווי אַ טייל חרדישע אײַנוווינער אין דער ירושלימער געגנט בית־שמש האָבן אַטאַקירט פֿרויען, און אַפֿילו מיידלעך, ווײַל זיי האָבן געהאַלטן, אַז זיי זענען נישט געווען גענוג צניעותדיק אָנגעטאָן; און די חרדים, וואָס מוזן איצט לויטן געזעץ גיין דינען אין צה״ל, דעמאָנסטרירן שטאַרק קעגן דעם, בשעת די אַנדערע ישׂראלים שרײַען, אַז די חרדים מוזן „זיך טיילן מיטן עול‟ פֿון מיליטער־דינסט און באַצאָלן שטײַערן.
כּדי צו באַרויִקן די אַטמאָספֿער, וואָס קאָן נאָך צעשפּאַלטן מדינת־ישׂראל און דאָס ייִדישע פֿאָלק, באַמיט זיך „גשר‟ צו לערנען ישׂראלים פֿון אַלע שאַטירונגען ווי צו טאָלערירן, און אַפֿילו זיך אָפּלערנען פֿון יענע ייִדן, וואָס זענען אַנדערש פֿון זיי. זיי פֿירן אָן מיט דיאַלאָגן סײַ אין די ישׂראלדיקע מיטלשולן, סײַ בײַ צה״ל. אין בית־שמש, האָט די אָרגאַניזאַציע פֿאַראַיאָרן אָנגעהויבן פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען צווישן די חרדישע און נישט־חרדישע אײַנוווינער — אַ פּראָיעקט וואָס האָט געבראַכט אַ ממשותדיקע הצלחה; צום גרויסן טייל, צוליב דער באַטייליקונג פֿון הרבֿ שמואל־חיים פּאַפּענהיים, אַ תּולדות־אַהרנער חסיד, וועלכער דינט איצט ווי דער ערשטער דירעקטאָר פֿון חרדישע פּראָגראַמען בײַ „גשר‟.
הגם פּאַפּאַנהײם איז אַ מאָל געווען פֿון יענע חסידישע עקסטרעמיסטן, וואָס קעמפֿן קעגן דער וואַקסנדיקער השפּעה פֿון סעקולערע, „ציוניסטישע‟ ווערטן אויף דער פֿרומער יוגנט, פּריידיקט ער הײַנט, אַז מע מוז אײַנפֿירן סעקולערע שטודיעס אין די חרדישע ישיבֿות, ווײַל אויב נישט, וועלן די תּלמידים שפּעטער נישט קענען פֿאַרדינען פֿאַר זייערע משפּחות. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט פּאַפּענהײם דאָס אַפֿילו דערקלערט אין אַ רעקלאַמע לטובֿת דעם אַזוי־גערופֿענעם „אַנטי־חרדישן‟ פּרעמיער־קאַנדידאַט יאיר לפּיד. דאָס איז מסתּמא דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַ חרדישער רבֿ דערקלערט אַזאַ זאַך אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע — אַ בולטער באַווײַז, אַז דאָס צונויפֿפֿירן חרדים מיט נישט־חרדים קאָן נאָך האָבן אַ ממשותדיקן פּאָזיטיוון עפֿעקט אויף דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.
„גשר‟ פֿאַרשטייט, אַז די מעדיאַ איז מסתּמא דער בעסטער מיטל איבערצוגעבן אַזוינע וויכטיקע ענינים, און אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַט, קאָן מען זען אַ הומאָריסטישע רעקלאַמע אויף העברעיִש געשטעלט פֿונעם „ירושלימער טעכנאָלאָגישן קאָלעדזש‟ אויף דעם געביט: אַ ישיבֿה־בחור קומט צום ראש־ישיבֿה, בעטן אַ ברכה און במילא אַ שידוך. דער רבֿ פֿרעגט אים וואָס ער לערנט איצט, ענטפֿערט ער: „בבֿא כּמא אינעם בבֿלי; ׳ברכות׳ אינעם ירושלמי און… פֿיזיק.‟ דער רבֿ און די ישיבֿה־בחורים קוקן אים אָן דערשטוינט, ביז דער רבֿ הייבט אים אָן אויספֿרעגן, וועלכע קאַפּיטלען פֿון פֿיזיק לערנט ער זיך, און ווײַזט זיך אַרויס אַליין צו זײַן אַ שטיקל בקי. צום סוף, לייגט דער רבֿ אים פֿאָר אַ שידוך מיט זײַן אייגענער טאָכטער, און פּלוצלינג האָבן שוין אַלע בחורים אויך אַ שידוך פֿאַר אים…
שעריזען האַלט, אַז כּדי צו שאַפֿן אַ געפֿיל פֿון אַחדות צווישן די כּל־המיניקע ישׂראלים, מוז מען אַרבעטן אויף אַ סך פֿראָנטן מיט איין מאָל. „יאָ, די פֿאַרהאַנדלונגען אין בית־שמש זענען וויכטיק, אָבער עס וואָלט קיין מאָל נישט געקומען צו קיין צוזאַמענשטויסן, ווען מיר וואָלטן פֿון פֿריִער אײַנגעפֿירט פּראָגראַמען, וואָס לערנען טאָלעראַנץ פֿאַר אַנדערע מיינונגען און לעבן־שטייגערס. איך האָב נישט קיין ספֿק, אַז במשך פֿון די קומעדיקע עטלעכע יאָר וועלן מיר קאָנען דראַמאַטיש ענדערן דעם אופֿן ווי אַזוי ישׂראלים באַציִען זיך איינער צום צווייטן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.