אינעם נאָכװאָרט צו זײַן בוך זכרונות דערקלערט ישׂראל רודניצקי די סיבה פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערצײלן װעגן זײַנע מלחמה־יאָרן ערשט איצט, מיט קנאַפּע זיבעציק יאָר שפּעטער.
צום ערשטן מאָל האָט ער געטאָן אַזאַ פּרוּװ אין 1947, נאָכן אומקערן זיך פֿון דער סאָװעטישער אַרמײ קײן װילנע. דעמאָלט האָט אים דער סאָװעטישער פּאַרטײ־סעקרעטאַר געזאָגט, אַז מען טאָר ניט רעדן װעגן ייִדן באַזונדער, װײַל זײ האָבן געליטן פֿון די נאַציסטן בײַגלײַך מיט אַלע „סאָװעטישע בירגער‟. דאָס צװײטע מאָל, שױן נאָך זײַן עליה קײן ישׂראל, האָט ער איבערגעלײענט אין העברעיִשע צײַטונגען ביטולדיקע אַרטיקלען װעגן ייִדן, װאָס זײַנען געװען אין געטאָס און לאַגערן. דאָס האָט אים װידער אַ מאָל דערװעגט צו שװײַגן: „איך האָב שטאַרק ניט געװאָלט, אַז מײַנע טעכטער זאָלן זיך דערװיסן, אַז זײער טאַטע איז געגאַנגען װי אַ שאָף צו דער שחיטה, האָב איך פֿאַרשװיגן די געטאָ־יאָרן און זײ דערצײלט װאָס פֿאַר אַ העלד איך בין געװען אין פּאַרטיזאַנישן װאַלד.‟
די איצטיקע אױסגאַבע פֿון רודניצקיס זכרונות, „װען די װעלט־מלחמה הײבט זיך אָן אַ טאָג שפּעטער‟, װערט באַגלײט מיט אַ העברעיִשער איבערזעצונג. דער מחבר האַלט, אַז הײַנט איז, סוף־כּל־סוף, געקומען דער עת־רצון פֿאַר לאָזן זײַנע אײניקלעך „אַרײַנקוקן אין זײער זײדנס פֿאַרלאָרענער װעלט‟; און די דאָזיקע „פֿאַרלאָרענע װעלט‟ זײַנע קומט אַרױס פֿון אונטער זײַן פּען װי אַ לעבעדיק און פֿילפֿאַרביק בילד, פֿול מיט ליבע און מיטלײַד. דער מחבר האָט אױסגעקליבן אַן אינטימען פּערזענלעכן טאָן מיט אַ שמץ איראָניע: „זאָל דאָס פֿערצן־יאָריק ייִנגל אַלײן דערצײלן װעגן די ערבֿ מלחמה־טעג, װעגן די סאָװעטן אין מיזרח־פּױלן און װעגן חורבן, פֿון אָנהײב ביזן סוף, גענױ, װי זײ האָבן זיך פֿאַרהיט אין זײַן קינדערשן זכּרון.‟
און רודניצקי האָט טאַקע אַן אמתן טאַלאַנט פֿאַר אַזאַ מין דערצײלונג. מיר פֿאָלגן נאָך זײַן העלד אַרום װילנע אינעם ערשטן טאָג פֿון דער מלחמה, װען קײנער װיל נאָך ניט גלייבן אין דעם, װאָס עס קומט פֿאָר. יענער טאָג האָט זיך פֿאָטאָגראַפֿיש אָפּגעדרוקט אין זײַן זכּרון מיט די קלענסטע פּרטים, מיט באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע מענטשן, װאָס ער האָט דעמאָלט געזען צום לעצטן מאָל, און מיט זײַן רײַזע מיט דער נאַכטבאַן צוריק אין זײַן הײמשטעטל. רודניצקיס יעדער זאַץ טראָגן אױף זיך אַ טיפֿן שטעמפּל פֿון דער רעאַלקײט, װאָס ער האָט איבערגעלעבט און איבערגעטראַכט.
נאָך דעם, װי ער האָט פֿאַרלאָזט װילנע װי אַ פֿערצן־יאָריקער בחור אָנהײב סעפּטעמבער 1939, האָט ער ניט געזען די שטאָט ביז דער באַפֿרײַונג אין 1944. די סאָװעטישע אָקופּאַציע פֿון מיזרח־פּױלן האָט אָפּגעריסן זײַן שטעטל אין מערבֿ־װײַסרוסלאַנד פֿון ליטע, און אין צװײ יאָר אַרום האָט די מלחמה אױסגעבראָכן װידער אַ מאָל. רודניצקי דערצײלט די טראַגישע געשיכטע װי זײַן משפּחה האָט געזוכט װעגן צו אַנטלױפֿן פֿון די דײַטשן, און מיט יעדן נײַעם פּרוּװ האָבן זײ פֿאַרלױרן מער קרובֿים. דאָס ערשטע יאָר פֿון דער אָקופּאַציע האָבן זײ געלעבט אין געטאָ אינעם שטעטל פּאָסטעװ. אַלײן האָט ער געהאַט מזל צו אַנטלױפֿן צו די פּאַרטיזאַנער, און דערנאָך איז ער אַרײַן אין דער רױטער אַרמײ.
דאָס דאָזיקע בוך האָט געהאַלטן אין אײן רײַפֿן אין רודניצקיס נשמה, כּמעט זיבעציק יאָר. װען ער װאָלט עס אָנגעשריבן פֿריִער, װאָלט עס מסתּמא געװען גאָר אַן אַנדער בוך. עס דאַכט זיך, אַז די צײַט–דיסטאַנץ האָט פֿאַרשאַרפֿט זײַן כּוח־הזכּרון און פֿאַרפּינקטלעכט זײַן דערצײלערישן חוש. ער איז אױסן צו דערצײלן ניט נאָר װעגן די שרעקלעכע יסורים, װאָס ער האָט אַלײן איבערגעליטן און געװען אַן עדות פֿאַר אַנדערע. זײַן װעלטבאַנעם בלײַבט טיף הומאַניסטיש. ער װיל פֿאַראײביקן אַלעמען, װעמען ער האָט געטראָפֿן אױפֿן ביטערן װעג דורך רדיפֿות, געטאָס און שלאַכטן. און דער יסוד פֿון אָט דעם װעלטבאַנעם איז פֿאַרלײגט געװאָרן מיט דער דערציִונג, װאָס ער האָט באַקומען אין דער װילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע, װוּ ער האָט זיך באַװיזן אָפּצולערנען בלױז צװײ קלאַסן.
דער ערשטער שטױס צו דעם דאָזיקן בוך האָט אים געגעבן זײַנע אַ חבֿרטע אין סאַמע אָנהײב פֿון דער מלחמה. זי האָט אים דעמאָלט געזאָגט אַזױ: „אין יאָרן אַרום, אױב מיר װעלן בלײַבן לעבן, װעלן מיר דאַרפֿן דערצײלן בפֿרטי־פּרטים, װי אַזױ מיר זײַנען אומגעקומען, װי אַזױ מען האָט אונדז צעשאָסן און פֿאַרברענט. אָבער װי קען מען איבערגעבן בפֿרטי־פּרטים די פֿילפֿאַרביקע קינדערװעלט ביז די טעג פֿון פֿאַרניכטונג? די הײַזער, דער טײַך, יעדעס גרעזעלע און יעדעס בײמעלע האָבן דאָ געאָטעמט מיט ייִדישער שײנקײט במשך צװײ הונדערט יאָר, לױט דער געשיכטע פֿון אונדזער שטעטל. און די ייִדישע ביכער אױף דער עטאַזשערקע אין מײַן צימער? צי װעט עמעצן קימערן, װאָס זײ זײַנען געװען די ערשטע קרבנות אױפֿן ערשטן שײַטער אין שטעטל.‟ און דאָס אַלץ געפֿינט מען אין רודניצקיס מערקװירדיקן בוך, מיט װעלכן ער האָט אױסגעפֿילט די צװאה פֿון דעם ייִדישן מײדל פֿון זײַן שטעטל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.