דער „אינטערנאַציאָנאַלער אָלימפּישער קאָמיטעט‟ האָט באַשלאָסן אויפֿצושטעלן אינעם קומענדיקן יאָר אַ ספּעציעלן דענקמאָל לזכר די אומגעקומענע ספּאָרטלער, אַרײַנגערעכנט די 11 ישׂראלדיקע אַטלעטן, וועלכע זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם יאָר 1972 בעת דעם טעראָר־אַטאַק אויף דער אָלימפּיאַדע אין מינכן. דאָס אָנדענק־אָרט וועט געשאַפֿן ווערן אין ריאָ דע־זשאַנייראָ, וווּ אינעם יאָר 2016 וועט פֿאָרקומען די זומער־אָלימפּיאַדע.
בעת דער שלוס־צערעמאָניע פּלאַנירט מען אויך צו דערמאָנען אַלע מענטשן, וואָס זענען אומגעקומען בעת די אָלימפּישע פֿאַרמעסטונגען, במשך פֿון דער געשיכטע, אַרײַנגערעכנט דעם גרוזינישן שליטן־גליטשער נאָדאַר קומאַריטאַשווילי, וועלכער האָט זיך צעקלאַפּט אויף טויט בעת אַן אומגליק־פֿאַל, ווען ער האָט זיך טרענירט פֿאַר דער ווינטער־אָלימפּיאַדע אין וואַנקוּווער, מיט 5 יאָר צוריק.
במשך פֿון אַ סך יאָר, האָבן די משפּחות פֿון די אומגעקומענע ישׂראלים קריטיקירט דעם „אינטערנאַציאָנאַלן אָלימפּישן קאָמיטעט‟ פֿאַר דעם, וואָס ביז הײַנט האָט מען אויף די אָלימפּיאַדעס נישט דערמאָנט, ווי געהעריק, די ייִדישע אַטלעטן, וועלכע זענען פֿאַרכאַפּט און דערהרגעט געוואָרן דורך דער פּאַלעסטינער טעראָריסטישער גרופּע „שוואַרצער סעפּטעמבער‟. ווען דאָס איז געשען, האָט מען אָפּגעשטעלט די פֿאַרמעסטן אויף איין טאָג, אָבער דערנאָך ממשיך געווען די אָלימפּיאַדע.
זונטיק, דעם 1טן מאַרץ, האָט טאָמאַס באַך, דער פּרעזידענט פֿונעם קאָמיטעט, געמאָלדן, אַז בעת דער קומענדיקער אָלימפּיאַדע „ריאָ 2016‟ וועט מען דורכפֿירן אַ ספּעציעלע בכּבֿודיקע צערעמאָניע אין אָנדענק פֿון אַלע אומגעקומענע ספּאָרטלער אינעם „אָלימפּישן דאָרף‟, וווּ „די פֿאָרשטייער פֿון דער גאַנצער וועלט לעבן בשלום אונטער איין דאַך‟.
אַלעקס גלעדי, דער ישׂראלדיקער פֿאָרשטייער פֿונעם קאָמיטעט, האָט גוטגעהייסן די איניציאַטיוו און באַמערקט, אַז דאָס איז „אַ גרויסער שריט פֿאָרויס‟. פֿאַר דער לאָנדאָנער אָלימפּיאַדע, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין 2012, האָבן צוויי אַלמנות פֿון די אומגעקומענע ישׂראלדיקע אַטלעטן אָנגעשריבן אַ פּעטיציע און געזאַמלט מער ווי 100,000 חתימות, בעטנדיק דעם קאָמיטעט מזכּיר צו זײַן זייערע דערמאָרדעטע מענער בײַם אָנהייב פֿון די שפּילן מיט אַ מינוט פֿון שטילקייט. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט עס פֿריִער אויך געבעטן צו טאָן. ביז הײַנט האָט דער קאָמיטעט אָפּגעוואָרפֿן די דאָזיקע בקשות. בעת דער לאַָנדאָנער אָלימפּיאַדע, האָט דער געוועזענער פּרעזידענט פֿונעם קאָמיטעט, זשאַר ראָג, אָנגעפֿירט מיט אַן אייגענער שווײַגן־צערעמאָניע און זיך באַטייליקט אין דער פּריוואַטער הזכּרה־אונטערנעמונג, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 5טן סעפּטעמבער 2012, 40 יאָר נאָך בלוטיקן טעראָר־אַטאַק אינעם מינכענער עראָפּאָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.