סאַמי עלמאַגריבי איז געווען זייער אַ פּאָפּולערער מאַראָקאַנער זינגער. אין מאָנטרעאָל איז ער אָבער געווען באַקאַנט ווי שלמה אַמזאַלאַג, אַ באַליבטער ספֿרדישער חזן. דעם 25סטן פֿעברואַר האָט זיך אין אין מאָנטרעאָל געעפֿנט אַן אויסשטעלונג מיטן נאָמען „וועלטלעך און הייליק: סאַמי עלמאַגריבי‟, וואָס ווײַזט די צוויי פּנימער פֿונעם זעלבן מענטש. די אויסשטעלונג דערציילט אויך וועגן דעם רײַכן קולטורעלן און גײַסטיקן לעבן פֿון דער מאַראָקאַנער ייִדישער קהילה אין דער שטאָט. אַמזאַלאַג איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1922 אין סאַפֿי, מאַראָקאָ, און איז ניפֿטר געוואָרן אין מאָנטרעאָל מיט 7 יאָר צוריק.
סטעפֿאַני שוואַרץ, די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג און די דירעקטאָרין פֿון די פֿאָרשונגען בײַם „מוזיי פֿונעם ייִדישן מאָנטרעאָל‟, וועלכער האָט אָרגאַניזירט די עקספּאָזיציע, האָט דערקלערט, אַז די אַפֿישן און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַלזשיר, מאַראָקאָ, פֿראַנקרײַך, ישׂראל און קאַנאַדע ווײַזן דעם שטענדיקן נע־ונד פֿונעם זינגער, וועלכער האָט נישט געקאָנט בלײַבן צו לאַנג אויף איין אָרט. זײַענדיק אַ פֿרומער ייִד, איז ער אויך געווען אַ פּאָפּולערער אַראַבישער מוזיקער.
עלמאַגריביס טאָכטער, יאָלאַנד אַמזאַלאַג, וועלכע אַרבעט ווי אַן איבערזעצערין אין מאָנטרעאָל, האָט דערציילט דעם Forward אויפֿן טעלעפֿאָן, אַז איר טאַטע האָט קיינמאָל נישט געזען קיין סתּירה צווישן די אַספּעקטן פֿון זײַן שעפֿערישקייט. אַדרבה, ער האָט אָפֿט קאָמבינירט זײַן חזנות און די צפֿון־אַפֿריקאַנער מאָטיוון. זי האָט האָט צוגעגעבן, אַז די איינציקע זאַך, וואָס שיידט זיך טאַקע אונטער פֿון זײַן פֿרומער זינגערײַ, איז דער בפֿירוש עראָטישער טעם פֿון אַ טייל זײַנע פֿריִיִקע לידער.
איינס פֿון עלמאַגריביס קלאַסישע לידער הייסט „קופֿטאַנעק מאַכלול‟; אויף אַראַביש מיינט עס „דײַן כאַלאַט איז אָפֿן‟. דאָס ליד דערציילט וועגן אַ חתונה־געהאַטער פֿרוי, וואָס פֿלירטעוועט מיט אַ מאַן. לויט געוויסע קלאַנגען, האָט מען אַמאָל באַשולדיקט דעם זינגער אין פֿירן אַ ליבע מיט אַ פֿרוי פֿון דער קיניגלעכער משפּחה.
אָפּלייקענענדיק די קלאַנגען, האָט ער געשאַפֿן אַ ליד וועגן דעם, אַז נישט ער, נאָר דווקא זי האָט זיך געיאָגט נאָך אים. אַזאַ מעשׂה ווערט דערציילט אויפֿן בלאָג „דאָס ייִדישע מאַראָקאָ‟.
די טאָכטער פֿונעם זינגער האָט אָנגעהויבן צו אַרכיווירן די מאַטעריאַלן וועגן איר טאַטן. אינעם יאָר 2016, פּלאַנירט זי צו עפֿענען אַן אויסשטעלונג אינעם קאַסאַבלאַנקער ייִדישן מוזיי. זי האָט איבערגעגעבן, אַז אַ סך חשובֿע מענטשן, אַרײַנגערעכנט מוסולמענישע אַמבאַסאַדאָרן, האָבן הויך אָפּגעשאַצט איר טאַטנס ווערק.
דעם 28סטן פֿעברואַר איז אין מאָנטרעאָל פֿאָרגעקומען דער יערלעכער קונסט־פֿעסטיוואַל „שוואַרצע נאַכט‟, וווּ סידני וואַרשאָ און קאַטרין ראָמאַנאָוו האָבן פֿאָרגעלייגט די ייִדיש־מאַראָקאַנער מאכלים אינעם סטיל פֿון דער בעקערײַ „כּשר אָריענט‟, מיט וועלכער די משפּחה אַמזאַלאַג האָט אָנגעפֿירט אין די 1970ער יאָרן.
שוואַרץ האָט צוגעגעבן, אַז דאָס לעבן פֿונעם פּאָפּולערן זינגער איז אַ בײַשפּיל פֿון דעם, וואָס וועלטלעכקייט און רעליגיע מוזן נישט קומען אין סתּירה. הײַנט גייען אָן אין קוועבעק שאַרפֿע דעבאַטן אַרום די רעליגיעזע סימבאָלן, אַרײַנגערעכנט די מוסולמענישע און ייִדישע פֿרויען־טיכלעך; מע קלײַבט זיך צו פֿאַרווערן די מלוכישע מיטאַרבעטער זיי צו טראָגן. בײַ אַ סך קוועבעקער איז דערצו פֿאַרשפּרייט אַ סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן אַלע „עכטע‟ ייִדן זעען אויס און פֿירן זיך אויף ווי חסידים. אַמזאַלאַגס בײַשפּיל ווײַזט אָבער, אַז פֿרומקייט און וועלטלעכקייט לאָזט זיך קאָמבינירן גאַנץ נאַטירלעך און שיין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.