מײַן קינדהייט־באַעוולער — אין טורמע

How My Bully Went to Prison

אַלען קורצווײַל אינעם „עגלאָן־קאָלעדזש‟ — אונטן, אַרומגערינגלט מיט אַ קרײַז. אויבן, באַגלייט מיטן זעלבן סימן — סיזאַר אָגאַסטעס. די קינדער זענען פֿאָטאָגראַפֿירט געוואָרן אין 1971.
Courtesy of Aiglon College
אַלען קורצווײַל אינעם „עגלאָן־קאָלעדזש‟ — אונטן, אַרומגערינגלט מיט אַ קרײַז. אויבן, באַגלייט מיטן זעלבן סימן — סיזאַר אָגאַסטעס. די קינדער זענען פֿאָטאָגראַפֿירט געוואָרן אין 1971.

פֿון אַנאַ גאָלדענבערג (Forward)

Published March 04, 2015, issue of March 20, 2015.

ווען אַלען קורצווײַל איז געווען אַ 10־יאָריק ייִנגל, האָט זײַן מאַמע אים פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרברענגען אַ יאָר אין אַן אינטערנאַט אין ווילאַר, שווייץ. דאָס ייִנגל האָט זיך דערמאָנט די וווּנדערלעכע טעג, וועלכע ער האָט אַמאָל פֿאַרבראַכט מיט זײַן טאַטן אין די שווייצאַרישע אַלפּן, און האָט מיט פֿאַרגעניגן אָנגענומען דעם פֿאָרלייג. דער טאַטע איז ניפֿטר געוואָרן מיט 5 יאָר פֿריִער.

אינעם יאָר 1971 איז קורצווײַל אָנגעקומען פֿון ניו־יאָרק אינעם פּרעסטיזשפֿולן „עגלאָן־קאָלעדזש‟. באַלד האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז דאָס לעבן אינעם שווייצאַרישן אינטערנאַט איז ווײַט נישט אַזוי פֿויגלדיק, ווי ער האָט געחלומט. סיזאַר אָגאַסטעס, אַ פֿעטער 12־יאָריקער כוליגאַן, מיט וועלכן ער האָט געמוזט וווינען אינעם זעלבן צימער, האָט אָנגעהויבן זיך כּסדר איזדיעקעווען איבערן ניו־יאָרקער קינד. ער האָט אים געשמיסן; געצוווּנגען עסן אַ שאַרפֿן סאַוס; און צוגעגנבֿעט זײַן באַליבט זייגערל, וועלכן ער האָט באַקומען בירושה פֿונעם טאַטן.

מיט יאָרן שפּעטער, האָט קורצווײַל, אַ זשורנאַליסט און פּראָזאַיִקער, וועלכער וווינט אין פּראָווידענס, ראָד־אײַלענד, זיך פֿאַראינטערעסירט מיטן גורל פֿונעם בייזן ייִנגל. ער האָט נישט געקאָנט פֿאַרגעסן די פֿינצטערע טעג פֿון זײַן קינדהייט. עטלעכע מאָל זענען זײַנע לאַנגע זוכענישן דורכגעפֿאַלן. צום סוף, האָט ער אויסגעפֿונען, אַז דער געוועזענער כוליגאַן איז אַרײַנגעזעצט געוואָרן אין תּפֿיסה, צוליב שווינדלערישע געשעפֿטן. צוזאַמען מיט זײַנע שותּפֿים, האָט ער אָפּגענאַרט מענטשן צו ווענדן זיך נאָך אַ הלוואה אין אַ נישט־עקזיסטירנדיקן „קיניגלעכן‟ דײַטשישן באַנק.

אין נאָוועמבער 2014, האָט דער זשורנאַל „ניו־יאָרקער‟ פֿאַרענפֿטלעכט קורצווײַלס אַרטיקל „דאָס כּפּרה־הינדל‟. במשך פֿון זײַנע זוכענישן, האָט דער זשורנאַליסט אַנטדעקט אַ ריי אומגעריכטע פֿאַקטן וועגן אָגאַסטעס און אַפֿילו וועגן זיך אַליין. מיט אַ חודש צוריק, האָט דער פֿאַרלאַג Harper Collins אַרויסגעגעבן אַ בוך פֿון זײַנע זכרונות: „דאָס כּפּרה־הינדל: 40 יאָר זוכענישן פֿון מײַן 12־יאָריקן רודף‟.

אין אַ שמועס מיט דער שרײַבערין פֿון די שורות, האָט קורצווײַל דערציילט דעם Forward, אַז צוערשט האָט ער געפֿונען אַ ריי מענטשן מיטן נאָמען סיזאַר אָגאַסטעס, אַרײַנגערעכנט אַ פֿילאַנטראָפּ און אַ פּראָפֿעסאָר. יעדעס מאָל האָט ער געהאָפֿט, אַז דער געוועזענער כוליגאַן האָט תּשובֿה געטאָן. אין דער זעלבער צײַט, איז פֿאַר אים געווען שווער צו גלייבן, אַז אַזאַ עקלדיקער פּאַרשוין קאָן זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ לײַטישן מענטש. למעשׂה, ווען ער האָט זיך געטראָפֿן מיטן פֿינצטערן קינדהייט־פּערסאָנאַזש, האָט יענער אינגאַנצן פֿאַרגעסן, אַז ער האָט דערנידעריקט קורצווײַל; ער איז געווען בלויז איינער פֿון אַ צאָל קינדער, איבער וועלכע ער פֿלעגט זיך איזדיעקעווען.

ווען קורצווײַל האָט זיך געטראָפֿן מיט אָגאַסטעס, האָט יענער געטענהט, אַז אינעם זעלבן אינטערנאַט האָט ער אַליין געליטן פֿון איזדיעקעווענישן. אין דער שול האָט טאַקע געהערשט אַן אומיושרדיקע סיסטעם, אין וועלכער עלטערע ייִנגלעך האָבן כּסדר דערנידעריקט די ייִנגערע. דער מחבר פֿון די זכרונות גלייבט, אַז דער כוליגאַן איז דערצויגן געוואָרן אין אַן אומגעזונטער סבֿיבֿה, וווּ ער האָט זיך אויסגעלערנט קיינמאָל נישט חרטה צו האָבן פֿאַר וועלכע־ניט־איז מעשׂים. ווען מע האָט אים פֿאַרמישפּט פֿאַר שווינדלערײַ, האָט ער געזאָגט דעם ריכטער, אַז מע האָט אים אַליין אָפּגענאַרט און אַז ער איז אומשולדיק. דאָס זעלבע האָט ער געזאָגט קורצווײַלן מכּוח די דערנידעריקונגען אינעם אינטערנאַט.

קורצווײַל דערמאָנט אינעם בוך, אַז אָגאַסטעס האָט חוזק געמאַכט פֿון זײַן ייִדישער נאָז. בלויז 4 אָדער 5 צווישן די 280 תּלמידים אינעם אינטערנאַט זענען געווען ייִדן. דאָס אומזיכערע געפֿיל פֿון אַ ייִנגל, וואָס האָט זיך אָפּגעזאָגט צו גיין יעדן זונטיק אין קלויסטער, ווי דער שטייגער אין געווען אינעם „עגלאָן־קאָלעדזש‟, האָט שפּעטער משפּיע געווען אויך קורצווײַלס ייִדישער אידענטיפֿיקאַציע.

וואָס שײך די שול־דערנידעריקונגען, גלייבט קורצווײַל, אַז דאָס איז נישט אַזאַ פּשוטע פּראָבלעם. ס׳איז גרינג צו זאָגן די עלטערן, אַז זיי דאַרפֿן באַשיצן זייער 10־יאָריקן זון פֿון אַ 12־יאָריקן זשלאָב, וועלכער איזדיעקעוועט זיך איבער אים. למעשׂה, ווייסן זיי אָבער נישט אַלעמאָל אַליין, וואָס ס׳טוט זיך אין דער שול, און די אַנדערע טאַטע־מאַטעס ווילן זיך נישט אַרײַנמישן אין אַ פֿרעדמן משפּחה־ענין. ווי אַ רעזולטאַט, זענען פֿאַראַן נישט ווייניק דערוואַקסענע, וואָס טראַכטן ביז הײַנט וועגן די אומגליקלעכע זכרונות פֿון זייערע קינדער־יאָרן.