(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די אַזוי־גערופֿענע POLISH ANTI DEFAMATION LEAGUE האָט שוין געזאַמלט 50,000 חתימות. די ליגע פֿאָדערט, אַז מען זאָל צוקלעפּן צום פֿילם אַ דערקלערונג, וואָס גיט צו פֿאַרשטיין, אַז עס זענען געווען די דײַטשן, נישט די פּאָליאַקן, וואָס האָבן דערהרגעט די ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ס’איז טאַקע אמת, אַז די דײַטשן האָבן דערהרגעט אַ סך מער ייִדן ווי פּאָליאַקן. טרויעריק-באַרימט אָבער איז דער פֿאַקט, וואָס די פּאָליאַקן האָבן דערהרגעט ייִדן אַפֿילו נאָכן קריג, ווען דער לעצטער דײַטשישער סאָלדאַט איז שוין אַוועק פֿון דאַנען.
„באַלאַגאַן‟ איז אַ וואָרט וואָס איז זייער פּאָפּולער סײַ אין פּויליש, סײַ אין עבֿרית. אין עבֿרית — מסתּמא אַ דאַנק ייִדיש. צוויי גרופּעס פֿון ישׂראלדיקע גימנאַזיסטן, אין גאַנצן 111 תּלמידים, קלאָגן אָן די פּוילישע פֿלוג-געזעלשאַפֿט „אינטער-אייר‟ צוליב דעם „באַלאַגאַן‟ אויף זייער פֿלוג קין פּוילן.
די גימנאַזיסטן זענען געפֿלויגן מיט „אינטער-אייר‟ קיין פּוילן. דער ציל פֿון דער נסיעה איז געווען דער אוישוויץ-מוזיי. די תּלמידים האָבן געדאַרפֿט פֿליִען דעם 25טן אויגוסט פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין קאַטאָוויץ. אויפֿן פֿלי-פֿעלד האָבן זיי זיך דערוווּסט, אַז צוליב טעכנישע פּראָבלעמען וועט דער עראָפּלאַן נישט קאָנען פֿליִען. זיי דאַרפֿן פֿליִען קיין וואַרשע, האָט מען זיי געזאָגט, און פֿון דאָרטן וועט מען זיי פֿירן מיט אַן אויטאָבוס קיין קאַטאָוויץ. דאָס איז אָבער נישט געווען דער סוף פֿון זייערע יסורים. זיי האָבן געדאַרפֿט אָפּוואַרטן שעהען-לאַנג אינעם צווייטן עראָפּלאַן אין דער ישׂראלדיקער זומער־היץ, אָן קלימאַטיזאַציע אָדער אַפֿילו וואַסער.
דער סוף פֿון דער מעשׂה איז געווען, אַז די גימנאַזיסטן האָבן געדאַרפֿט אָפּוואַרטן גאַנצע 14 שעה איידער מען האָט געפֿונען אַ פּאַסיקן עראָפּלאַן פֿאַר דער נסיעה. די אָנקלאָגערס פֿאָדערן איצט 2,000 שקלים פֿאַר יעדן תּלמיד (אַן ערך 500 דאָלאַר) פֿאַרן עגמת-נפֿש וואָס זיי האָבן געליטן. דאָס געריכט אין רחובֿות וועט אַרויסטראָגן זײַן פּסק פֿון דעם ענין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.