איך פֿיל זיך ווי אַ נאַר, ווען די רייד גייט וועגן איראַן. כּמעט אַלע מענטשן זײַנען גרייט אָפּצושאַצן די נוקלעאַרע סכּנה, וואָס לויערט מצד דער דאָזיקער מדינה. גלײַך ווי אַלע, אַ חוץ מיר, פֿאַרשטייען, וויפֿל און וועלכע צענטריפֿוגעס מע דאַרף האָבן, כּדי אויסצופֿאַרטיקן אַ נוקלעאַרע באָמבע. כאַראַקטעריש, אַז אין אָט די אַלע דיסקוסיעס הערט מען זייער זעלטן, עס זאָל וועגן דעם רעדן צי שרײַבן עפּעס אַ מומחה אין אַזעלכע צענטריפֿוגעס. מע רעדט וועגן לחלוטין אַנדערע זאַכן, דהײַנו: צי מע קען זיך פֿאַרלאָזן אויף איראַן? און מיר ווייסן, אַז ווען מע שטעלט אַ קלאָץ־קשיא, דערוואַרט מען אַן עמאָציאָנעלן ענטפֿער, ניט קיין פּראָפֿעסיאָנעלן.
דער אײַנפֿאַל, אַז מע טאָר זיך ניט פֿאַרלאָזן אויף איראַן, האָט דאָמינירט אויך אין דער דרשה פֿון בנימין נתניהו, וואָס איז געקומען ווי אַן אָנגעלייגטער גאַסט פֿון דעם רעפּובליקאַנער עולם. וואָס שייך די דעמאָקראַטן, האָט אַ פֿערטל פֿון די קאָנגרעסלײַט זיך ניט באַוויזן בעת זײַן אַרויסטרעטונג, און דערמיט האָבן זיי גלײַך ווי אויסגעשייגעצט דעם טײַערן גאַסט. די איבעריקע האָבן זיך, נעבעך, געמוזט דרייען אויפֿן קאָרעק: געקומען, ווײַל עס ווילט זיך ניט פֿאַרלירן שטימען אין די קומענדיקע וואַלן, אָבער געזעסן זײַנען זיי מיט אַ זויערער מינע אויפֿן פּנים. און צו מאָל האָט זיי אַרומגעכאַפּט אַזאַ פֿאַרדראָס בײַם הערן, ווי דער גאַסט לערנט מיט זיי בלק, אַז די טרערן האָבן זיך באַוויזן אין זייערע אויגן.
דער גאַנצער וויזיט האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור פֿון אַ סקאַנדאַל. אַזוי מאַכט זיך צו מאָל אין אַ משפּחה. עמעצער ברענגט צום טיש אַ מענטשן, וואָס קען זיך ניט אויפֿפֿירן, הייבט אָן קריטיקירן די מאכלים, וואָס די באַלעבאָסטע האָט געהאַט געקאָכט אַ גאַנצן טאָג, און פֿאַרקרימט זײַן פּנים בײַם פֿאַרזוכן דעם ווײַן. דערנאָך, ווען דער גאַסט גייט אַוועק, כאַפּט מען זיך, אַז עס זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן צוויי זילבערנע לעפֿעלעך, נאָך פֿון דער באָבעס נדן. די לעפֿעלעך געפֿינט מען דערנאָך, שוין אין דער פֿרי, אָבער עס בלײַבט סײַ־ווי אַ שלעכט געפֿיל.
אויף מיר האָט נתניהוס רעדע און דער גאַנצער טאַראַראַם אַרום דער רעדע געמאַכט אַן אײַנדרוק פֿון אַ פּורים־שפּיל. אין אַמאָליקע צײַטן האָבן דאָך מענער געשפּילט אויך פֿרויען, אַזוי אַז נתניהו האָט זיך אָנגעשפּאַרט אויף דער סקאַרבאָווער טראַדיציע און געשפּילט, דווקא גאָר ניט שלעכט, די ראָליע פֿון דער מלכּה אסתּר, און אויף אַחשוורושן האָט זיך געשניטן דזשאָן ביינער, דער ספּיקער פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, וואָס זײַן פּנים איז תּמיד פֿאַרכמאַרעט פֿון שווערע מלוכישע דאגות.
אין דעם סאַמע אָנהייב פֿון זײַן אַרויסטרעטונג האָט דער גאַסט קלאָר געזאָגט, אַז ער האָט ניט געהאַט קיין פּאָליטישע מאָטיוון צו שלעפּן זיך קיין וואַשינגטאָן אַזש פֿון ירושלים. עס פֿרעגט זיך: טאָ וועלכע מאָטיוון האָט ער יאָ געהאַט? לויט דעם וואָס ער האָט גלײַך גענומען רעדן וועגן די פֿאַרצײַטיקע געשעענישן אין פּערסיע און, פֿאַרשטייט זיך, וועגן פּורים, האָב איך גלײַך פֿאַרשטאַנען: דער מענטש מאַכט אַ פּורים־שפּיל. איך האָב דערוואַרט, אַז אָט־אָט וועלן אין זאַל אַרײַנגיין שיינע מיידלעך, אפֿשר אין אוניפֿאָרם פֿון צה”ל, און אָנהייבן צעטיילן המן־טאַשן. אָבער דאָס איז דווקא ניט געשען. אַ סבֿרא, אַז אין דעם זאַל פֿון קאָנגרעס טאָר מען ניט ברענגען קיין אַכילה.
די גאַנצע מעשׂה האָט אויסגעזען ווי אַ פּורים־שפּיל מחמת קיין קאָנסטרוקטיווער עלעמענט איז אין דער רעדע ניט געווען. נו, גוט: דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און זײַנע עצה־געבערס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ כאָפּטע נאַיִווע נאַראָנים צי אפֿשר אַפֿילו פֿאַרברעכערס, וועלכע ווילן איבערגעבן דעם שליסל פֿון דער גאָרער וועלט, און פֿון ישׂראל בתוכם, אין די הענט פֿון כיטרע יורשים פֿון פּורים־צײַטיקע פּערסן. זאָל זײַן אַזוי, און נתניהו האָט אין דער סאַמע לעצטער מינוט, ממש העלדיש און זיכער טעאַטראַליש, אַנטפּלעקט פֿאַרן עולם־מלא דעם „פֿאַרברעכערישן קאָנספּיראַטיוון פּלאַן‟.
אָבער טאָמער נתניהו, פֿאָרט אַ מלוכה־פֿירער, האָט טאַקע געהאַט אַן ערנסטע כּוונה צו בײַטן די סטראַטעגיע לגבי איראַן, וואָלט ער זיכער פֿאָרגעלייגט אַ קאָנטער־פּלאַן. אָבער דווקא קיין קאָנטער־פּלאַן איז אין זײַן רעדע ניט געווען. פּורים איז יאָ געווען; תּכלית — ניט. אַזוי אַז אויפֿנעמען דאַרף מען עס אַלץ ווי אַ טעאַטער־שטיק, געשפּילט ערבֿ די וואַלן אין ישׂראל. דערצו איז עס געווען אַ פֿאָרשטעלונג, געשפּילט פֿאַר דעם רעפּובליקאַנער עולם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
איז עס געווען ניצלעך צי, פֿאַרקערט, שעדלעך? מע דאַרף ניט אָפּשאַצן טעאַטער אין אַזעלכע טערמינען. ס’איז דאַך געווען קונסט, מישטיינס געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.