צװישן די דענקער, װאָס האָבן משפּיע געװען אױפֿן אױספֿורעמען דעם מאָדערנעם ייִדישן װעלטבאַנעם, איז הרבֿ אַבֿרהם יצחק הכּהן קוק אַ יוצא מן הכּלל. ער איז ניט געװען קײן ציוניסט, אָבער זײַנע נאָכפֿאָלגער געהערן צו דער סאַמע ראַדיקאַלער בראַנזשע פֿון הײַנטיקע ציוניסטן. ער האָט געחלומט װעגן דעם אָנקומען פֿון אַ נײַער אוטאָפּישער תּקופֿה, װען עם־ישׂראל װעט פֿירן אַלע אומות־העולם צו דער װעלט פֿון יושר און שלום, און דערבײַ האָט ער פֿאַרנומען דעם פּאָסטן פֿונעם הױפּט־רבֿ פֿון ארץ־ישׂראל, װאָס די ענגלענדער האָבן געשאַפֿן לױטן אַלטן אָטאָמאַנישן שטײגער.
די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון יהודה מירסקי אַנטפּלעקט טיפֿע אינערלעכע כּוחות, װאָס האָבן זיך געראַנגלט אין דער נשמה פֿונעם דאָזיקן מערקװירדיקן מענטש. מירסקי מאָלט הרבֿ קוק װי אַן אָנהענגער פֿון דער טראַדיציאָנעלער פֿרומקײט, און אײנצײַטיק װי אַ ראַדיקאַלן דענקער, װאָס האָט געװאָלט באַזיניקן די דראַמאַטישע געשעענישן פֿון זײַן תּקופֿה. ער האָט ניט געהאַט קײן װעלטלעכע בילדונג, אָבער האָט זיך אינטערעסירט מיט מאָדערנע פֿילאָסיפֿישע און רעליגיעזע שטראָמונגען, אַפֿילו געהאַט סימפּאַטיע פֿאַר בודיזם. ער איז ניט געװען קײן פּאָליטיקער, און זײַנע פּרוּװן אַרײַנצומישן זיך אין פּאָליטישע סיכסוכים זײַנען ניט געװען געלונגענע. אָבער ער האָט יאָ פֿאַרמאָגט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַרן צײַטגײַסט. װי מירסקי פֿאַרסך־הכּלט, האָט הרבֿ קוק געװאָלט „באַנײַען דאָס אַלטע און מקדש זײַן דאָס נײַע‟.
הרבֿ קוקס רײַכע שריפֿטלעכע ירושה איז פֿילזײַטיק און קאָמפּליצירט. ער האָט פֿאַרטרױט זײַנע אינעװײניקסטע מחשבֿות און איבערלעבונגען צו זײַנע טאָגביכער, אָבער זײַנע געדרוקטע כּתובֿים זײַנען געװען פֿאָרמעל. ער האָט געהאַט אַ קרײַז געטרײַע תּלמידים, װאָס האָבן גענומען אױף זיך די טירחה פֿון רעדאַגירן און פּובליקירן זײַנע חיבורים. צומאָל האָבן זײ אױסגעקליבן פֿאַר דרוק דאָס, װאָס האָט זיך בעסער צוגעפּאַסט צו זײערע אײגענע כּװנות. עד־היום זײַנען ניט אַלע כּתבֿ־ידן צוטריטלעך פֿאַר זײַטיקע פֿאָרשער. מירסקי איז ניט אױסן אױסצולײגן די קאָמפּליצירטע טעאָלאָגישע און פֿילאָסאָפֿישע קאָנסטרוקציעס פֿון הרבֿ קוק. אין זײַן בוך מאַכט ער אַ ביאָגראַפֿישן קיצור פֿון זײַן העלד, מיט װעלכן ער פֿילט זיך נאָענט פֿאַרבונדן. מירסקיס ציל איז צו באַקענען דעם ברײטערן ענגליש־רעדנדיקן עולם מיט אָט דער מערקװירדיקער פּערזענלעכקײט און דערקלערן זײַן השפּעה אױף דער הײַנטיקער װעלט.
פּראָפֿעסאָר מירסקי איז אַ מומחה אױף הרבֿ קוקס ערשטער תּקופֿה, װאָס איז געװען מער שעפֿעריש און אָריגינעל אײדער די יאָרן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. בעת דער מלחמה־צײַט, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין גלות, לכתּחילה אין דער שװײַצער שטאָט סאַנקט–גאַלען און דערנאָך אין לאָנדאָן, איז פֿאָרגעקומען אַ װיכטיקער קער אין זײַן געדאַנקענגאַנג. באַטראַכטנדיק פֿון זײַן נײטראַלן מקום־מקלט דעם גיהנום, װאָס האָט פּלוצעם אױסגעבראָכן אין אײראָפּע און די יסורים פֿון די ייִדן, איז הרבֿ קוק געװאָרן שאַרף קריטיש לגבי קריסטנטום, װאָס ער האָט באַשולדיקט אין דערמוטיקן די שׂינאה און הריגה צװישן די פֿעלקער.
ער האָט דערזען אין דער מלחמה די פֿאַרקערפּערונג פֿון „גלות השכינה‟, די גסיסה פֿון דער מאָדערנער װעלט ערבֿ משיחס קומען. עם־ישׂראל און די אומות–העולם האָבן פֿאָרגעשטעלט צװײ ליכט, דאָס אינערלעכע און דאָס דרױסנדיקע, װאָס האָבן זיך געדאַרפֿט פֿאַראײניקן אין דעם שלימות פֿון משיחס צײַטן. אַזױ אַרום איז הרבֿ קוקס מיסטישע טעאָלאָגיע געװען בתּוך אוניװערסאַל און אַלמענטשלעך, באַטאָנט מירסקי.
אײניקע קריטיקער פֿון מירסקיס בוך האָבן באַמערקט, אַז ער האָט פֿאַרװישט די סאַמע אױסטערלישע רעיונות פֿון זײַן העלד. אױף דעם האָט מירסקי דערװידערט, אַז ער האָט ניט געװאָלט אָפּשטױסן דעם אַמעריקאַנער לײענער פֿון הרבֿ קוקס פּערזענלעכקײט. מירסקיס קריטיק איז געריכטעט אױף הרבֿ קוקס זון, ר׳ צבֿי יהודה קוק, װאָס האָט אױסגעטײַטשט זײַן פֿאָטערס תּורה װי אַ ראַדיקאַלע פּראַקטישע פּאָליטישע פּראָגראַם פֿון באַזעצן די אָקופּירטע אַראַבישע שטחים. די סכּנה פֿון אַזאַ מין צוגאַנג שטעקט אין דער גראָדליניקער בוכשטעבלעכער אױסטײַטשונג פֿון דער קאָמפּליצירטער קבליסטישער סימבאָליק. מען װיל גלײַך בממשות אױספֿילן דאָס, װאָס די חכמים האָבן בכּיװן פֿאַרדעקט דורך מעטאַפֿאָרישע געשטאַלטן.
די יאָרן פֿונעם בריטישן מאַנדאַט זײַנען ניט געװען גליקלעך פֿאַר הרבֿ קוק. ער איז פֿאַרטאָן געװאָרן אין מחלוקתן מיט די חרדישע קנאָים, װאָס האָבן פֿאַרברענט זײַנע חיבורים און אַפֿילו באַפֿאַלן אים אױף די גאַסן. קײן שטאַרקע שטיצע מצד די װעלטלעכע און אַפֿילו רעליגיעזע ציוניסטן האָט ער אױך ניט באַקומען. נאָך זײַן פּטירה אין 1935 און ביז דער מלחמה פֿון 1967 איז הרבֿ קוקס תּורה געװען באַקאַנט בלױז אין דער קליינער סבֿיבֿה פֿון זײַנע געטרײַע תּלמידים.
דער אױפֿלעב פֿון זײַן פּאָפּולערקײט איז פֿאָרגעקומען נאָך דעם, װי ישׂראל האָט פֿאַרנומען די שטחים אױפֿן מערבֿ־ברעג פֿון ירדן. דעמאָלט האָט ר׳ יהודה צּבֿי מודיע געװען, אַז אין דער װירקלעכקײט פֿון מדינת־ישׂראל װערן מקוים די נבֿיאות פֿונעם תּנ״ך. ער האָט דערקלערט, אַז ס׳איז אַ מיצװה פֿאַר ייִדן צו באַזעצן זיך אױפֿן גאַנצן שטח פֿון ארץ־ישׂראל, װאָס געפֿינט זיך איצט אונטערן קאָנטראָל פֿון דער מדינה. פֿון דעם איז אַרױסגעװאַקסן די באַװעגונג פֿון „גוש אמונים‟, װאָס ברענגט צונױף הרבֿ קוקס מיסטישע רעיונות מיט דער פּראַקטישער אַקטיװיטעט פֿון אױפֿבױען נײַע ייִשובֿים אױף די אָקופּירטע שטחים. מירסקי האַלט דעם דאָזיקן אידעאָלאָגישן קער פֿאַר אַ פֿאַרקריפּלונג פֿון הרבֿ קוקס אײגנאַרטיקער און קאָמפּליצירטער תּורה. דאָס איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דעם, װאָס „ר׳ יהודה קוק האָט זיך געראַנגלט מיטן ריזיקן שאָטן פֿון זײַן פֿאָטער אין שװערע היסטאָרישע אומשטאַנדן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.