ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published March 04, 2015, issue of March 20, 2015.

טרויער־אויסדרוקן אויפֿן מאָרד פֿון באָריס ניעמצאָוו

די הויפּט־געשעעניש פֿון דער וואָך אין מאָסקווע איז דער מאָרד פֿון באָריס ניעמצאָוו, רוסלענדישן פּאָליטישן טוער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם.

ניעמצאָוו האָט אָנגעהויבן זײַן פּאָליטישע קאַריערע אָנהייב 90ער יאָרן אין ניזשני נאָווגאָראָד, און גאָר אין גיכן איז ער געוואָרן גובערנאַטאָר פֿון ניזשעגאָראָדער געגנט. סוף 90ער איז ער געווען אַ מקורבֿ פֿון פּרעזידענט באָריס יעלצין, און יענער האָט אים געמאַכט אַ וויצע־פּרעמיער פֿון דער רוסישער רעגירונג. ניעמצאָוו איז געווען אַ פֿאָרשטייער פֿון דער נײַער דעמאָקראַטישער ריכטונג אין פּאָליטיק, און יעלצין האָט אים באַטראַכט ווי איינעם פֿון די היפּאָטעטישע יורשים זײַנע.

נאָך דעם אָבער ווי יעלצין האָט אויסגעקליבן וולאַדימיר פּוטינען, איז ניעמצאָוו געוואָרן אַ טוער פֿון דער דעמאָקראַטישער אָפּאָזיציע. אין 2000 און 2008 איז ער געווען אַ קאַנדידאַט אין פּרעזידענטישע וואַלן, און זײַן פּאַרטיי האָט אָנטייל גענומען אין פּאַרלאַמענט־וואַלן. אין די לעצטע יאָרן האָט ער פֿאַרלוירן זײַן השפּעה און פּאָפּולערקייט ווי אַ פּאָליטיקער, ווי אייגנטלעך, אַלע אָפּאָזיציאָנערן. שבת, דהײַנו פֿרײַטיק צו נאַכט, האָט מען אים דערשאָסן אין סאַמע צענטער פֿון מאָסקווע, לעבן קרעמל. ס’איז פֿאַרשטענדלעך, אַז דער מאָרד איז אַ פּאָליטישער. זונטיק האָט די אָפּאָזיציע דורכגעפֿירט אַ מאַרש אין זײַן אָנדענק, וואָס אין אים האָבן אָנטייל גענומען אויך ניעמצאָווס טאָכטער, געוועזענע פֿרוי און זײַן מאַמע.

אין מאָסקווער כאָר־שול האָט מען זיך דערוווּסט פֿון די נײַעס. אויף דער צווייטער סעודה האָט דער רבֿ מאיר דערמאָנט אויך ניעמצאָוון אין זײַן דרשה.

די צוויי הויפּט־רבנים פֿון רוסלאַנד, דער מתנגדישער רבֿ אַדאָלף שאַיעוויטש און דער חב״ד־רבֿ בערל לאַזאַר האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט זייערע ווענדונגען צו ניעמצאָווס נאָענטע און אייגענע. ר׳ בערל לאַזאַר האָט אָנגעצונדן אַ ליכט אין ניעמצאָווס אָנדענק לעבן דעם אָרט, וווּ ער איז דערהרגעט געוואָרן.

שליחים פֿון 180 שטעט אויפֿן 6טן יערלעכן חב״ד־צונויפֿפֿאָר

אין דער פֿאַרגאַנגענער וואָך, דעם 27-26סטן פֿעברואַר, האָט דער חב״ד אין מאַרייִנאַ ראָשטשאַ דורכגעפֿירט דעם 6טן צונויפֿפֿאָר פֿון ייִדישע קהילות אין רוסלאַנד. אין דעם צונויפֿפֿיר האָבן אָנטייל גענומען שליחים פֿון כּמעט 180 רוסלנדישע שטעט, ווי אויך פֿאַרשטייער פֿון וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציעס, דיפּלאָמאַטן און אַנדערע געסט פֿון אויסלאַנד. אַ באַגריסונג די אָנטיילנעמער האָט געשיקט דער פּרעזידענט פּוטין.

די הויפּט־טעמע פֿונעם צונויפֿפֿאָר איז געווען שׂינאת־זרים און אַנטיסעמיטיזם. דער צונויפֿפֿאָר האָט אָנגענומען עטלעכע רעזאָלוציעס. עס אַנטוויקלען זיך קהילה־אינסטיטוציעס אין מאָסקווע, די ראָלע פֿון דער קהילה שטײַגט, מע מוז באַקעמפֿן שׂינאת־זרים און רעוויזיעס מכּוח דעם נצחון אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, מע דאַרף שטיצן די פּראָגראַם פֿון אויפֿבויען דענקמעלער אויף די ערטער פֿון חורבן. אָבער עטלעכע רעזאָלוציעס פֿאַרחידושן ממש: „רוסלאַנד איז אַ בײַשפּיל פֿון גוטע שכנותדיקע באַציִונגען צווישן פֿאַרטרעטער פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעס‟, „קיין רעוויזיאָניזם איז אין רוסלאַנד שוין כּמעט ניט געבליבן‟, „די צאָל פֿון באַפֿאַלן די ייִדן, פּראָוואָקאַציעס אין די שילן און אַנדערע אַנטיסעמיטישע אַקטן האַלט אין זינקען‟ — די דאָזיקע אָפּטימיסטישע באַריכטן קלינגען לכל־הפּחות מאָדנע. כאָטש אַנטיסעמיטיזם אין רוסלאַנד איז אַ סך שוואַכער, ווי למשל, אין פֿראַנקרײַך, אָבער פֿאַר דעם לעצטן יאָר איז ער געשטיגן, שוין אָפּגערעדט פֿון מכּלומרשט גוטע באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע רעליגיעס אין דעם לאַנד, וווּ עס פֿורעמט זיך אויס אַ נײַע אידעאָלאָגיע, באַזירט אויף שׂינאת־זרים און נאַציאָנאַלער אידעע.

אויסשטעלונג פֿון תּנ״ך איבערזעצונגען אויף כּלערליי שפּראַכן

דעם 3טן מאַרץ האָט זיך אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי, וווּ עס געפֿינט זיך איצט שנאורסאָנס ביבליאָטעק, געעפֿנט די ביכער־אויסשטעלונג מיטן נאָמען „איבערזעצונגען פֿון תּנ״ך — פֿון העלעניסטישע ביז מאָדערנע צײַטן‟. עס ווערן אויסגעשטעלט איבערזעצונגען פֿון תּנ״ך, וואָס געפֿינען זיך אין דער זאַמלונג פֿון די שנאורסאָנס. דאָס זענען איבערזעצונגען אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, געמאַכט פֿון ייִדן, אַ טייל פֿאַר פֿרויען און אַ טייל פֿאַר מענער. אַחוץ די עקספּאָנאַטן, זענען דאָ אויספֿירלעכע קאָמענטאַרן פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישע תּנ״כישע איבערזעצונגען, צוגעגרייט פֿון דער היסטאָריקערין יעקאַטערינאַ אָלעשקעוויטש.

פּורים־רעפֿעראַט וועגן קולטור פֿון לאַכן אין מיטל־אַלטער

מאָסקווער ייִדישע קהילה גרייט זיך צום יום־טובֿ פּורים. אַחוץ תּפֿילות, קריאת־מגילה און סעודות אין די שילן, גרייט מען צו עטלעכע נײַע פּראָגראַמען. דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ אָרגאַניזירט אַ פּורים־רעפֿעראַט וועגן דער קולטור פֿון לאַכן אין מיטל־אַלטער; דעם 5טן מערץ וועט מען אָפּמערקן פּורים מיט אַ גרויסן גאַלאַ־קאָנצערט פֿון כּליזמר־מוזיק — „ייִדיש־פֿעסט‟, וואָס האָט געבראַכט קיין מאָסקווע באַרימטע כּלזמרים פֿון רוסלאַנד, אייראָפּע, ישׂראל און אַמעריקע.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.