נאָך דעם ווי דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט דינסטיק אָפּגעהאַלטן זײַן קאָנטראָווערסאַלע רעדע פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס, האָבן די אַמעריקאַנער אָבסערוואַטאָרן אַרומגערעדט די פֿראַגע, ווי אַזוי זײַן רעדע וועט ווירקן אויף די באַציִונגען צווישן אַמעריקע און ישׂראל. אין ישׂראל אָבער, וווּ כּמעט אַלע זענען מסכּים, אַז מע מוז טאַקע פֿאַרהיטן די אַנטוויקלונג פֿון אַן איראַנישער נוקלעאַרער באָמבע, האָט מען געפֿרעגט: ווי וועט דאָס ווירקן אויף נתניהוס שאַנסן אין די וואַלן?
„נישטאָ קיין ספֿק, אַז דאָס בילד, ווי דער קאָנגרעס גיט אים אַ שטייענדיקע אָוואַציע, קאָן מאַכן אַ גוטן רושם אויף די וויילער,‟ האָט באַמערקט אפֿרים אינבר, דער דירעקטאָר פֿונעם „בייגין־סאַדאַט צענטער פֿאַר סטראַטעגישע שטודיעס‟. „די ישׂראלים פֿאַרשטייען, אַז די קריטיק קעגן זײַן רעדע איז געווען פּאָליטיש־מאָטיווירט, און אַז די באַציִונגען צווישן ישׂראל און אַמעריקע זענען זייער גוטע.‟
אין דער פּראָ־נתניהו צײַטונג „ישׂראל היום‟, האָט בועז ביסמוט געשריבן, אונטערן קעפּל, „די רעדע פֿון אַ היסטאָרישן מאָמענט‟, אַז נתניהו האָט באַוויזן אויסצומײַדן פּאָליטיק. „עס זענען פֿאַראַן מאָמענטן, אין וועלכע אַ פֿירער טוט וואָס ער טוט נישט לטובֿת די שטימען, נאָר לטובֿת די קינדער.‟ נחום ברניה, פֿון „ידיעות אַחרונות‟, איז אָבער געווען אַ סך מער סקעפּטיש: „נתניהו האָט געשאַפֿן אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו מאַכן אַן אײַנדרוק אויף די ישׂראלדיקע וויילער, און ער האָט עס אויסגעניצט מאַקסימום עפֿעקטיוו.‟
בעת דער וואַל־קאַמפּאַניע האָט נתניהו כּסדר באַטאָנט די איראַן־סכּנה, נישט געקוקט אויף די אַנקעטעס, וואָס האָבן געוויזן, אַז די וויילער זענען אַ סך מער באַזאָרגט וועגן דער עקאָנאָמיע. צוליב דעם, האַלט עודד אירן, אַ פֿאָרשער אינעם „אינסטיטוט פֿאַר שטודיעס וועגן נאַציאָנאַלער זיכערהייט‟, וועט נתניהוס רעדע נישט משפּיע זײַן אויף די וויילער: „מיר האָבן דאָ ערנסטע פּראָבלעמען מיט די פּרײַזן פֿון הײַזער, די צו־הויכע לעבן־הוצאָות, מיט דער געזונט־באַדינונג, און אין דעם פּרט, האָט נתניהו גאָרנישט אויפֿגעטאָן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.