אין אורוגװײַ האָט דער נײַ־אויסדערװײלטער פּרעזידענט, טאַבאַרע װאַזקעס, איבערגענומען זונטיק, דעם 1טן מאַרץ, די מאַכט. כאָטש ער געהערט צו דער זעלביקער פּאַרטיי פֿון דעם פֿריִערדיקן פּרעזידענט, „פּעפּע‟ מוכיקאַ, האָט ער גלײַך פֿון אָנהייב אַרויסגעװיזן אַן ענדערונג אין די באַציִונגען מיט ישׂראל און מיט דעם ייִדישן ייִשובֿ.
דער נײַער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דעם סעקרעטאַריאַט אין אויסערן־מיניסטעריאָם איז באַשטימט געװאָרן אַבֿרהם בערנאַרדאָ גרייװער, געװעזענער אורוגװײַער אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל. זײַן פּאָסטן איז דער דריטער אין דער העראַרכיע פֿון מיניסטעריום און געװיסע קרײַזן האַלטן, אַז דאָס װעט דערנענטערן די באַציִונגען מיט ישׂראל, װאָס זײַנען אָפּגעשװאַכט געװאָרן צוליב מוכיקאַס דערנענטערונג צו די פּאַלעסטינער און דער שאַרפֿער קריטיק צו דער ישׂראל־פּאָליטיק, װען דער פּרעזידענט האָט אָפֿיציעל גערעדט פֿון אַ „גענאָציד אין עזה‟. די קהילה אין מאָנטעװידעאָ האָט באַגריסט דעם נײַעם באַאַמטן און אויסגעדריקט איר צופֿרידנקייט.
אין בוענאָס־אײַרעס האָט די פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירשנער געעפֿנט די סעסיעס אינעם פּאַרלאַמענט. דאָס איז דאָס לעצטע מאָל װי זי טוט עס, װײַל לויט דער קאָנסטיטוציע קען זי זיך ניט צושטעלן צו די װאַלן פֿאַר אַ דריטן פּעריאָד.
געװײנטלעך, גיט איבער דער פּרעזידענט די פּלענער פֿאַרן קומענדיקן זמן. דאָס מאָל האָט די פּרעזידענטין גערעדט במשך 4 און אַ האַלבע שעה איבער די דערגרייכונגען פֿון אירע 7 יאָר בײַ דער מאַכט, ספּעציעל, װאָס מען האָט אויפֿגעטאָן פֿאַרן אָרעמען פֿאָלק. איר טאָן איז געװען אַ רויִקער ביז זי האָט באַמערקט, אַז אַ גרופּע דעפּוטאַטן פֿון דער אָפּאָזיציע האָבן געהאַלטן אין זייערע הענט פּלאַקאַטן מיט די אויפֿשריטן: „אַמיאַ (קהילה), עפֿנט די סודותדיקע אַרכיװן (פֿון דער רעגירונג)‟ און „שאַפֿט אַ ספּעציעלע אויספֿאָרשונג־קאָמיסיע פֿאַרן אַטענטאַט‟. דאָס האָט אויפֿגערייצט די פּרעזידענטין, און זי האָט גלײַך געביטן איר טאָן. זי האָט אָנגעהויבן שיטן פּעך און שװעבל אויף ישׂראל, װאָס קריטיקירט, אַז נאָך 21 יאָר איז נאָך קיינער נישט פֿאַרמישפּט געוואָרן. זי זאָגט גאָר נישט װעגן דעם אַטענטאַט אויף ישׂראלס אַמבאַסאַדע, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין מאַרץ 1992. „דער אַטענטאַט, האָט זי אויסגעשריגן, איז פֿאָרגעקומען אויף אַ ישׂראל־טעריטאָריאָ, װי אַ קאָנסעקװענץ פֿון אַן אויסלענדישן קאָנפֿליקט, און האָט אָפּגעקאָסט די לעבנס פֿון 29 אומשולדיקע אַרגענטינער‟. זי האָט אויך דערמאָנט ראובֿן בעראַכאַן, געװעזענער פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, װי דער, װאָס האָט צוזאַמען מיט דעם דעמאָלטיקן פּרעזידענט מענעם געפּרוּװט דורך אַלע מיטלען צו פֿאַרדעקן דעם אַטענטאַט און אַרויפֿװאַרפֿן די גאַנצע שולד אויף איראַן און אויף אַ טייל פֿון דער פּאָליציי. זי האָט אין איר װאָרט געזאָגט, אַז בעראַכאַ האָט פֿאַרראָטן „די ייִדישע רעליגיע‟, און אַז ער האָט גורם געװען דעם באַנקראָט פֿון זײַן באַנק (באַנקאָ מאַזשאָ) אין 1998.
זי האָט אויך פֿירגעוואָרפֿן דער יוסטיץ, אַז זי אײַלט זיך אין די פֿאַלן, װען מען מישפּט זי, איר משפּחה, דעם װיצע־פּרעזידענט און אַ 400 באַאַמטע אין קאָרופּציע־פֿאַלן, און מען פֿאַרטיידיקט די אינטערעסן פֿון אינטערנאַציאָנאַלע אונטערנעמונגען און מאָנאָפּאָלן. זי האָט אויך פֿאַרטיידיקט אירע אָפּמאַכן מיט רוסלאַנד און כינע, „װאָס װעלן זיכער זײַן בעסער פֿאַר דער אַרגענטינער װירטשאַפֿט און סוּװערעניטעט‟. זי האָט אַפֿילו כּמעט באַליידיקט אויך דעם פֿאַרשטאָרבענעם פּראָקוראָר ניסמאַן.
ראובֿן בעראַכאַ האָט גלײַך געענטפֿערט און אויסגעדריקט, אַז איר אויפֿפֿירונג איז אַ טאָטאַליטאַרע, און אַז אַ פּרעזידענטן טאָר נישט אויסניצן דעם פּאַרלאַמענט און די גאַנצע „מעדיאַ‟ צו באַשמוצן אַן אַרגענטינער בירגער; אַז דערװײַל האָט די יוסטיץ זיך נישט אַרויססגעזאָגט װעגן די ענינים װאָס זי האָט דערמאָנט.
דער פּרעזידענט פֿון העכסטן געריכט, ד״ר לאָרענצעטי, האָט געהאַלטן אַן אַקאַדעמישע רעדע פֿאַר אַ 500 ריכטערס און פּראָקוראָרן בײַם דערעפֿענען דינסטיק, דעם 3טן מאַרץ דאָס אַרבעט־יאָר פֿון דער יוסטיץ. ער האָט נישט דערמאָנט דירעקט די רייד פֿון דער פּרעזידענטין, נאָר געזאָגט, אַז אַלע 3 מאַכטן, דער עקזעקוטיװ, דער פּאַרלאַמענט און די יוסטיץ דאַרפֿן זיך רעספּעקטירן; אַז מען דאַרף רעספּעקטירן די אַנדערשקייטן פֿון די מענטשן, און אַז „מען דאַרף אָננעמען דעם פּסק־דין אַפֿילו װען דער ריכטער האָט געפּסקנט קעגן מיר, און נישט באַרעדן אַ ריכטער, װײַל מען איז מיט אים נישט מסכּים‟. װאָס שײך דער אַמבאַסאַדע האָט ער דערמאָנט, אַז שוין אין 1999 האָט מען באַשטעטיקט, אַז „כעזבאָלאַ‟ און דער „איסלאַמישער דזשיהאַד‟ האָבן פּלאַנירט און דורכגעפֿירט דעם אַטענטאַט אויף דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע, און אַז דאָס איז שוין אַ געשלאָסענער מישפּט.
אין דער זעלביקער צײַט װען דער פּרעמיער־מיניסטער נתניהו האָט באַשולדיקט איראַן פֿאַרן אַמעריקאַנער פּאַרלאַמענט, האָט די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס אַרויסגעגעבן אַ שאַרפֿע דערקלערונג קעגן דער אַרגענטינער רעגירונג און זי באַשולדיקט. װי די פֿאַראַנטװאָרטלעכע פֿאַר דער זיכערקייט אין לאַנד, האָט זי באַדאַרפֿט אויפֿקלערן ביידע אַטענטאַטן, און דער אויסערן־מיניסטער טימערמאַן האָט באַקומען אַ בריװ פֿון זײַן קאָלעגע ליבערמאַן, וווּ ער שרײַבט, אַז ישׂראל רעקאָמענדירט װײַטער אויסצופֿאָרשן ביידע אַטענטאַטן. ליבערמאַן דריקט אויס אַ טיפֿן אומרו פֿאַרן שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם אויף דער װעלט און אין אַרגענטינע, פֿאָדערט פֿאַרשטאַרקן די זיכערקייט פֿון די ייִדן. ער בעט אָפֿיציעל אויפֿצונעמען איר אַגריקולטור־מיניסטער שמיר, װאָס װעט זיך באַטייליקן אויף דער הזכּרה, װאָס דער ייִשובֿ אָרדנט אײַן יעדעס יאָר אויפֿן שטח, וווּ עס האָט פֿונקציאָנירט די אַמבאַסאַדע. טימערמאַן האָט אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט פֿאַרן נוסח פֿונעם בריװ און וועט פּערזענלעך אויפֿנעמען שמירן. אַזוי איז געשלאָסן געװאָרן אַ קאָנפֿליקט, װאָס האָט פֿאַרשאַפֿט זאָרג דעם ייִשובֿ און דער אָנפֿירערשאַפֿט.
דער ריכטער ראַפֿעקאַס, װאָס האָט באַדאַרפֿט אָנגיין מיט ניסמאַנס אָנקלאַגע אויף דער אַרגענטינער פּרעזידענטין, איר אויסערן־מיניסטער טימערמאַן און אַנדערע פֿיגורן װאָס שטייען נאָענט צו דער רעגירונג, װעגן האָבן פֿאַרדעקט דעם אַטענטאַט אויף דער קהילה, — האָט אָפּגעװאָרפֿן די שטעלונג פֿונעם נײַעם פּראָקוראָר פּאָליטשיטאַ. ער טענהעט, אַז די איבער 900 שעה רעקאָרדירונגען פֿון טעלעפֿאָנען פֿון אייניקע באַשולדיקטע זײַנען נישט רעלעװאַנט.
מען האַלט, אַז דער פּראָקוראָר װעט אַפּעלירן צו אַ העכערן טריבונאַל.
די אָפּאָזיציע, די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער „דאַיאַ‟, און זשורנאַליסטן האָבן קריטיקירט ראַפֿעקאַס באַשלוס ערבֿ דער פּרעזידענטינס רעדע פֿאַרן פּאַרלאַמענט. זיי האַלטן, אַז ער האָט פּשוט נישט געהאַט קיין צײַט אויסצוהערן און איבערלייענען די מאַטעריאַלן װאָס ניסמאַן האָט אָנגעקליבן במשך זײַנע אויספֿאָרשונגען פֿון די לעצטע 3 יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.