אין פֿאַרגלײַך מיט פֿראַנקרײַך, גריכנלאַנד, איטאַליע און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ מעכטיקע מאַסן־פּראָטעסטן זענען אַן אָנגענומענער פֿאָלקס־מינהג, גייען די ניו־יאָרקער זעלטן אויף די גאַסן צו פּראָטעסטירן. די אָרטיקע פּאָליטיק ווערט, געוויינטלעך, אַסאָציִיִרט מיט פֿאַרשיידענע וואַלן־אינטריגעס.
אַפֿילו בעת דער ריזיקער כוואַליע דעמאָנסטראַציעס קעגן וואָל־סטריט, וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן אין סעפּטעמבער 2011 און האָבן אַרומגענומען דאָס גאַנצע לאַנד, זענען ס׳רובֿ גאַס־מאַניפֿעסטאַציעס דורכגעגאַנגען שטיל, אָן ממשותדיקע אומרוען. אַ טייל אייראָפּעער, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער באַוועגונג „אָקופּיר וואָל־סטריט‟, האָבן מאָדנע געקוקט אויף די שטילע געצעלט־שלאָפֿער מיט פֿלוג־בלעטלעך, ווײַל זיי זענען צוגעוווינט צום שלאָגן זיך מיט דער פּאָליציי, ברעכן פֿאַרשיידענע געזעצן און אַנדערע מער „לעבעדיקע‟ פּראָטעסט־אַקציעס.
בקיצור, די פּראָטעסטן און שטרײַקן, שטילע צי אומגעזעצלעכע, זענען נישט קיין פֿאַרשפּרייטער עלעמענט פֿונעם ניו־יאָרקער פּאָליטישן לעבן. אין די לעצטע חדשים האָט זיך אָבער אין דער שטאָט באַוויזן אַן אינטערעסאַנטער סאָציאַלער פֿענאָמען. ווער פּראָטעסטירט יאָ אויף דער גאַס און שטייט הינטער די באַריקאַדן, נישט געקוקט אויפֿן שטאַרקן גוסרעגן? די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און די סאַטמאַרער חסידים — דווקא אָט־די צוויי גרופּעס. הגם די סיבות פֿון זייער אַקטיוויזם זענען אינגאַנצן פֿאַרשיידענע, קאָן מען באַמערקן אַ טייל אינטערסאַנטע פּאַראַלעלן.
טויזנטער סאַטמאַרער זענען אַרויס אויף דער גאַס דעם 3טן מאַרץ, נישט געקוקט אויפֿן שטאַרקן שניי און האָגל. דאָס מאָל האָבן זיי פּראָטעסטירט קעגן בנימין נתניהוס אויפֿטריט אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס.
לעצטנס, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און סאַטמאַר בײַטן זיך לויט דער ריי אויף די פּראָטעסט־אַקציעס. דעם 9טן אויגוסט 2014 האָט אַ ווײַסער פּאָליציאַנט, אין דער שטאָט פֿערגוסאָן, שטאַט מיסורי, דערשאָסן אויף טויט דעם אומבאַוואָפֿנטן 18־יאָריקן שוואַרצן בחור מײַקל בראַון. דאָס געריכט האָט באַשלאָסן נישט צו מישפּטן דעם פּאָליציאַנט. הגם אַזעלכע טראַגישע אינצידענטן טרעפֿן זיך נישט זעלטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט דווקא בראַונס טויט גורם געווען אַ גאַנצע ריי מעכטיקע פּראָטעסטן איבערן גאַנצן לאַנד. ס׳איז אויפֿגעקומען די אַקטיוויסטישע באַוועגונג „דאָס שוואַרצע לעבן איז וויכטיק‟, וואָס באַקעמפֿט די ברוטאַלע מעשׂים קעגן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מצד די ראַסיסטישע פּאָליציאַנטן. אַ צאָל ייִדישע גרופּעס און נישט ווייניק יחידים האָבן זיך באַטייליקט אין דער דאָזיקער באַוועגונג.
דער ניו־יאָרקער פֿרומער עולם, בפֿרט די סאַטמאַרער, דעמאָנסטרירן אויך פֿאַר די גאַסן, אַז זייער עקזיסטענץ און זייערע דעות זענען וויכטיק. מיט אַ יאָר צוריק, דעם 9טן מאַרץ, האָבן צענדליקער טויזנט חרדים אָרגאַניזירט אַ ריזיקן פּראָטעסט אין מאַנהעטן קעגן דעם פּלאַן צו צווינגען די פֿרומע בחורים צו דינען אין צה״ל. די סאַטמאַרער חסידים און אַ צאָל אַנדערע חסידישע גרופּעס זענען דעמאָלט אויפֿגעטראָטן מיט בפֿירוש אַנטי־ציוניסטישע רעדעס און לאָזונגען. צום ערשטן מאָל נאָך די מאַסן־פּראָטעסטן קעגן וואָל־סטריט איז אין דער זעלבער געגנט פֿאָרגעקומען אַן עכטער גרויסער מאַסן־פּראָטעסט.
דעם 17טן יולי איז אין סטאַטען־אײַלענד אומגעקומען דער 43־יאָריקער שוואַרצער מאַן עריק גאַרנער. אַ פּאָליציאַנט האָט אים, נעבעך, דערוואָרגן אויף טויט. דאָס געריכט האָט ווידער באַשלאָסן נישט צו מישפּטן דעם ברוטאַלן מאַכט־פֿאָרשטייער, הגם ער האָט בפֿירוש דערמאָרדעט אַן אומשולדיקן מענטש. ממילא, האָבן זיך אָנגעהויבן נײַע פּראָטעסטן. פֿון איין זײַט, האָבן די חסידים נאָך אַלץ גערודערט, פּלאַנירנדיקן נײַע פּראָטעסטן. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן מײַנע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿרײַנד מיך געבעטן צו באַטייליקן זיך אין זייערע דעמאָנסטראַציעס.
מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער, נאָך סוכּות, האָט מײַנער אַ חסידישער חבֿר, וואָס זײַנע פּאָליטישע דעות זענען נאָענט צו נטורי־קרתּא און דערצו קאָמבינירט מיטן אַלטן ייִדישן סאָציאַליזם פֿונעם בונדיסטישן נוסח, חתונה געהאַט מיט אַ שוואַרצער ליובאַוויטשער גיורת. צווישן די חסידים, בפֿרט די אונגעריש־גאַליציאַנער, איז אַזאַ זיווג, אַוודאי, אַ זעלטנקייט. פֿונדעסטוועגן, האָב איך זיך ווידער פֿאַרטראַכט, אַז צווישן די דאָזיקע באַפֿעלקעגונג־שיכטן זענען פֿאַראַן געוויסע ענלעכקייטן, הגם זייערע לעבנס־שטייגערס זענען אינגאַנץ אַנדערש און הגם אָט־די צוויי גרופּעס געפֿינען זיך, צום באַדויערן, ווײַט נישט אַלעמאָל אין וואַרעמע באַציִונגען.
דעם 3טן מאַרץ האָט זיך אין מאַנהעטן פֿאַרזאַמלט אַ ממשותדיקער עולם. טויזנטער חסידים, בראָש מיטן סאַטמאַרער רבין פֿון וויליאַמסבורג, זלמן־לייב טייטלבוים, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט קעגנאיבער דעם קאָנסולאַט פֿון מדינת־ישׂראל, כּדי אויסצודריקן זייער קעגנערשאַפֿט צו בנימין נתניהוס אויפֿטריט אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס. כּדי צו פֿאַרזאַמלען דעם עולם, האָט מען אויף די גאַס פֿון ברוקלין און מאָנסי צעקלעפּט אויפֿרופֿן צו באַטייליקן זיך אין דער „מאַסן־דעמאָנסטראַציע‟. נישט געקוקט אויפֿן שטאַרקן שניי און האָגל, זענען נישט ווייניק דעמאָנסטראַנטן געקומען פֿון מאָנסי. דער פּראָטעסט האָט זיך אָנגעהויבן 4:30 נאָכמיטאָג, און האָט געדויערט עטלעכע שעה. מיט דרײַ שעה נאָכן אָנהייב זענען די גאַסן אַרום דעם קאָנסולאַט געווען נאָך פֿול מיט חסידים.
אויף דער דעמאָנסטראַציע האָט מען פֿאַרשפּרייט פֿלוג־בלעטלעך אויף ענגליש, וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז נתניהו רעפּרעזענטירט נישט די אינטערעסן פֿון אַלע ייִדן, אַז די רעגירונגען פֿון פֿראַנקרײַך, דענמאַרק און אַנדערע לענדער ווייסן בעסער, ווי אַזוי צו באַשיצן די אָרטיקע ייִדן, אָן קיין פּראָוואָקאַציעס מצד אַן אויסלענדישן פּאָליטיקער, און אַז נתניהוס אינטריגעס זענען דווקא אַ צרה פֿאַר די ייִדן. אַ טייל ענגלישע פּלאַקאַטן האָבן באַטאָנט, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן דאַרפֿן נישט קיין „Bibi-sitter‟ (אַ ווערטערשפּיל מיטן וואָרט babysitter, ניאַניע, און נתינהוס צונעמעניש, ביבי).
די דרשות פֿאַרן מיקראָפֿאָן האָט מען געהאַלטן אויף ייִדיש. אַ טייל באַטייליקטע האָבן געטראָגן בפֿירוש אַנטי־ציוניסטישע לאָזונגען. די רעדנער האָבן געשאָלטן נתניהו מיט אַזעלכע גאָר נעגאַטיווע ווערטער, ווי „המן‟ און „עמלק‟. ס׳איז מערקווירדיק אָבער, אַז די אָפֿיציעלע סיבה פֿונעם פּראָטעסט האָט דווקא געהאַט אַן אַנטי־ישׂראלדיקן טעם. די באַטייליקטע האָבן אויסגעדריקט די זעלבע קריטיק פֿון נתניהוס אומגעוווּנטשענעם וויזיט, ווי אַ גרויסער פּראָצענט דעמאָקראַטיש־געשטימטע ליבעראַלע ייִדן. דווקא די סאַטמאַרער האָבן, אָבער, אַרויסגעוויזן די דאָזיקע דעות בעת אַ מאַסן־פּראָטעסט אויף דער גאַס.
הרבֿ דוד נידערמאַן, אַ באַקאַנטער כּלל־טוער פֿון וויליאַמסבורג, האָט האַרציק באַדאַנקט אָבאַמאַ; דער עולם האָט געענטפֿערט מיט הויכע אָוואַציעס. דער וואָרטזאָגער, הרבֿ יעקבֿ שאַפּיראָ, האָט באַטאָנט, אַז נתניהוס אָפּאָרטוניסטישע אַרײַנמישונג אין דער פּאָליטיק פֿון אַן אַנדער לאַנד, כּלומרשט ווי אַ פֿאָרשטייער פֿונעם גאַנצן כּלל־ישׂראל, איז פּשוט סכּנותדיק. שאַפּיראָ, זײַענדיק אַליין אַ ליטווישער ייִד פֿונעם „ישיבֿישן‟ לייקוווּדער שניט, פֿירט אָן מיט דער סאַטמאַרער ענגלישער אַנטי־ציוניסטישער וועבזײַט „נטרונא‟ און אַ צאָל אַנדערע ענלעכע פּירסום־פּראָיעקטן אויף דער אינטערנעץ. אין דעם פֿאַל, האָט ער אָבער באַטאָנט, דאַרף מען נישט זײַן אַ קעגנער פֿון ציוניזם, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז נתניהוס אויפֿפֿירונג איז אַ געפֿערלעכע חוצפּה.
די אַנטי־ציוניסטישע שיטה פֿונעם סאַטמאַרער רבין איז נישט קיין חידוש. לויט זײַן דעה, איז די עצם־עקזיסטענץ פֿון אַ מלוכה, וווּ ייִדן הערשן איבער די אַנדערע תּושבֿים און האַלטן, אַז זיי זענען מער נישט אין גלות, אַ סכּנותדיקע פֿאָרעם פֿון אַפּיקורסות. כּל־זמן אין ארץ־ישׂראל הערשט נאַציאָנאַליזם, איז עס אַ געפֿערלעכע פּאַסטקע, נישט אַ מקום־מיקלט פֿאַר ייִדן.
דאָס מיינט נישט, חלילה, אַז אַזעלכע חסידים זאָרגן זיך נישט וועגן אַנדערע ייִדן. אַדרבה, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען באַמערקן, אַז אין אַ טייל פֿאַלן זענען זייערע דעות נישט אַזוי ווײַט פֿון די ישׂראלדיקע „חד״שניקעס‟ און אַנדערע לינקע, וואָס ווילן שאַפֿן אַ בירגערלעכע געזעלשאַפֿט, וווּ ייִדן, אַראַבער און אַלע אַנדערע תּושבֿים פֿונעם לאַנד זאָלן זײַן אינגאַנצן גלײַך, און גלייבן, אַז אַזאַ געדאַנק איז דווקט גוט פֿאַרן מצבֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. ס׳רובֿ סאַטמאַרער חסידים לייגן אָבער נישט פֿאָר קיין קאָנקרעטע פּאָליטישע לייזונגען און פּראָטעסטירן נישט בשותּפֿות מיט די פּאַלעסטינער צי לינקע.
די פֿראַגע איז, צי קומען אַזעלכע גרויסע המוני־עם אויף די מאַסן־דעמאָנסטראַציעס טאַקע צוליב זייערע אַנטי־ציוניסטישע דעות? אין אַ געוויסער מאָס — יאָ, אָבער דאָס איז נישט די איינציקע סיבה. דעם 13טן דעצעמבער, האָבן זיך אין מאַנהעטן פֿאַרזאַמלט צענדליקער טויזנטער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אַקטיוויסטן, אין שײַכות מיט גאַרנערס טויט. הגם די חסידים האָבן נישט מורא דערשאָסן צו ווערן אויף דער גאַס דורך דער פּאָליציי, באַציִען זיי זיך צו די פּאָליציאַנטן און צו דער אַמעריקאַנער מלוכה בכלל מיטן זעלבן טיפֿן חשד. אין דער זעלבער צײַט, ווילן זיי פֿאַרזיכערן גוטע באַציִונגען מיט דער רעגירונג.
ביידע סעקטאָרן פֿון דער ניו־יאָרקער באַפֿעלקערונג האָבן נישט ליב, ווען די רעגירונג מישן זיך אַרײַן אין זייער לעבן און שטרעבן צו לייזן די אייגענע פּראָבלעמען אַליין. ווען עס קומט יאָ צו דער רעגירונג, ווײַזן אַרויס סײַ די חסידים, סײַ די שוואַרצע, צוליב דעם הויכן ניוואָ פֿון אָרעמשאַפֿט, די טענדענץ צו שטיצן די דעמאָקראַטן, וואָס זאָרגן זיך מער וועגן די אָרעמע מינאָריטעט־גרופּעס. דער איצטיקער פּראָטעסט איז געווען אַ גוטע געלעגנהייט צוצויִען דעם אויפֿמערק פֿונעם פּרעזידענט און די דעמאָקראַטישע סענאַטאָרן, וועלכע זענען אויפֿגעטראָטן קעגן נתניהוס וויזיט.
אַזוי צי אַזוי, איז אינטערעסאַנט, אַז פֿונעם שטילן געווירבל פֿון די ניו־יאָרקער פּאָליטישע אינטריגעס, שטאַרצן אַרויס אָט־די צוויי באַפֿעלקערונג־גרופּעס, וואָס באַווײַזן זיך לעצטנס כּסדר „אויף די באַריקאַדן‟. עס באַקומט זיך, אַז אַזוי מיט 100 יאָר צוריק, בלײַבט ייִדיש אַ לעבעדיקע שפּראַך פֿון גאַסן־דעמאָנסטראַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.