ייִדישע לינגװיסטן װעגן פּראָפֿ’ שיקל פֿישמאַן ע״ה

Jewish Linguists Reflect on Professor Joshua Fishman

פֿון איציק בלימאַן

Published March 08, 2015, issue of April 03, 2015.

פּראָפֿעסאָר שיקל פֿישמאַן ז״ל אין 1981
פּראָפֿעסאָר שיקל פֿישמאַן ז״ל אין 1981

נישט געקוקט דערױף, װאָס איך האָב נישט זוכה געװען זיך צו באַקענען מיט פּראָפֿעסאָר שיקל פֿישמאַן, װילט זיך מיר רעדן װעגן דער גרױסער אַבֿדה, װאָס מיר אַלע האָבן געליטן מיט זײַן פּטירה. װעגן זײַנע פֿיל אױפֿטוען לטובֿת אונדזער שפּראַך און קולטור דאַרף איך דעם „פֿאָרװערטס”־לײענער גאָרנישט דערקלערן. אָבער װי אַ יונגער דאָקטאָראַנט פֿון דער ייִדישער לינגװיסטיק, װאָס כ’האָב אַזױ פֿיל גענאָסן פֿון לײענען פֿישמאַנס אַקאַדעמישע אַרטיקלען און ביכער, פֿיל איך אַ באַזונדער אַחריות צו באַשרײַבן די אומגעװײנטלעכע השפּעה, װאָס ער האָט געהאַט אױף דער ייִדישער שפּראַך־װיסנשאַפֿט. דעריבער האָב איך געבעטן עטלעכע אָנגעזעענע לינגװיסטן, װאָס זענען הײַנט טעטיק אױף דעם געביט, זיי זאָלן מיר צושיקן זייערע רעאַקציעס און זכרונות װעגן פּראָפֿעסאָר פֿישמאַן.


בערנאַרד ספּאָלסקי, עמעריטירטער פּראָפֿעסאָר, בר־אילן־אוניװערסיטעט, ישׂראל

אין יעדן אַקאַדעמישן פֿעלד, אױף װעלכן איך האָב געאַרבעט — ייִדישע שפּראַכן, צװײשפּראַכיקײט און פֿילשפּראַכיקײט, שפּראַכן־פּאָליטיק, שפּראַכן־אױפֿהאַלט, „שװאַכע” שפּראַכן, די פֿאַרבינדונג צװישן שפּראַך און קולטור — איז שיקל פֿישמאַן געװען דער פּיאָניר, װאָס האָט געשטעלט די הױפּט־פּראָבלעמאַטיק, דורכגעפֿירט די יסודותדיקע פֿאָרשונגען און אַרױסגעגעבן װיכטיקע אַרבעטן, סײַ די אײגענע, סײַ יענעמס. לגבי ייִדיש איז זײַן ציל תּמיד געװען צו װײַזן, אַז עס איז נישט קײן אױסנאַם, נאָר פֿאַרקערט, אַ לשון מיט אַלע לשונות גלײַך. פֿישמאַן האָט געדינט װי אַ מוסטער, סײַ אַקאַדעמיש און סײַ פּערזענלעך, פֿאַר די װאָס אַרבעטן בכדי אױפֿצוהיטן אָפּגעשװאַכטע מיעוט־שפּראַכן. די „שפּראַך־סאָציאָלאָגיע”, װי ער האָט עס אָנגערופֿן, װאָלט געװען אַ סך אָרעמער אָן זײַנע אױפֿטוען.

לויִס גלינערט, פּראָפֿעסאָר, שפּראַכן און ליטעראַטורן פֿון אַזיע און מיטעלן מיזרח, דאַרטמאָט־קאָלעדזש

שיקל פֿישמאַן איז געװען דער פֿאָטער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שפּראַך־סאָציאָלאָגיע װי אַן עמפּיריש װיסנשאַפֿטלעך געביט פֿאַר זיך. דאָס װאָס איך זאָג „פֿאָטער” איז תּרתּי־משמע, ד״ה צוליב בײדע טײַטשן: פֿישמאַן איז געװען אי דער הױפּט־פֿאָרשער אין משך פֿון די אַלע יאָרן, אי אַ לערער, װאָס האָט אױסגעשולט דורות תּלמידים. צוזאַמען מיט חײם רבינען איז ער געװען מײַן מורה־דרך און האָט געדינט װי דער פּראָטאָטיפּ פֿאַר מײַן אײגענער אַקאַדעמישער קאַריערע. אין קאָנטראַסט מיט אַזױ פֿיל אַנדערע פֿאָרשערס פֿון ייִדיש און העברעיִש איז פֿישמאַן געװען אַ שומר־מיצװת, אַ ייִד פֿון דרך־הש”ס, װאָס האָט גוט פֿאַרשטאַנען די ענגע פֿאַרבינדונג צװישן ייִדישע שפּראַכן און ייִדישקײט. צום באַדױערן, איז די שפּראַך־סאָציאָלאָגיע (די „מאַקראָ־סאָציאָלינגװיסטיק”) נאָך אַלץ אַ מאַרגינאַליזירט פֿעלד אין דער אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער אַקאַדעמיע, אַ פֿאַקט, װאָס פֿישמאַן האָט אָפֿט באַדױערט. אָבער זײַן צײַט װעט נאָך קומען.

שׂרה בונין בן־אור, אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר פֿון הײַנטצײַטיקע ייִדישע לימודים, היברו־יוניאָן־קאָלעדזש, לאָס־אַנדזשעלעס

איך האָב געהאַט די זכיה זיך צו לערנען בײַ שיקלען אין די 1990ער יאָרן אין סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט אײן אַקאַדעמישן זמן יעדעס יאָר. ער און זײַן װײַב פֿלעגן פֿאַרבעטן גראַדויִר־סטודענטן צו זיך אין דער הײם, װוּ די שמועסן זענען אָפֿט מאָל פֿאָרגעקומען אױף ייִדיש.

איך קען זיך נישט אױסמאָלן דאָס פֿעלד פֿון ייִדישע שפּראַכן אָן שיקל פֿישמאַנס װאָגיקע אױפֿטוען. זײַן שרײַבן און זײַן אַרבעט װי אַ רעדאַקטאָר, בפֿרט אין די 1980ער, האָבן פֿעסטגעשטעלט די סאַמע עקסיסטענץ פֿונעם פֿעלד און צוגעגעבן דעם װיכטיקן פֿאָקוס אױף דער שפּראַך־סאָציאָלאָגיע. כּמעט אין יעדן אַרטיקל װאָס איך שרײַב, דערמאָן איך פֿישמאַנס אַ װערק. װען איך האָב רעדאַקטירט, צוזאַמען מיט צבֿי סדנען, אַ ספּעציעלן נומער פֿונעם זשורנאַל „שפּראַך און קאָמוניקאַציע” װעגן ייִדישע שפּראַכן אױף דער אינטערנעץ, האָבן מיר אים געװידמעט פֿישמאַנען, װי אַן אָנערקענונג פֿון זײַן צושטײַער צום פֿעלד און צו אונדזער דעפֿיניציע פֿון „ייִדישע שפּראַכן”.

צום גרױסן טײל האָב איך אים צו פֿאַרדאַנקען, װאָס איך װײס, װי אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישע שפּראַכן בפֿרט און װי אַ פֿאָרשער בכלל. ער האָט מיך אױסגעלערנט װי צו שרײַבן פּרעציז. ער האָט מיך אױך געלערנט, אַז אַ טעאָרעטיש אָריענטירטע שטודיע פֿון ייִדיש און אַנדערע ייִדישע שפּראַכן קען דינען װי דער יסוד פֿון אַ ברײטערער פֿאָרשונג װעגן שפּראַך און געזעלשאַפֿט.

צום סוף, װיל איך דערצײלן בלױז אײן אַנעקדאָט, טאַקע אין שײַכות מיטן איצטיקן סעזאָן. האַרט פֿאַר פּורים אין 1999, האָב איך שיקלען געבראַכט המן־טאַשן, װאָס איך האָב געהאַט אָפּגעבאַקן. זײַן רעאַקציע איז געװען, אַז שלח־מנות דאַרפֿן באַשטײן פֿון צװײ מינים עסן. יעדער מאָמענט מיט שיקלען איז געװען אַ געלעגנהײט זיך אױסצולערנען עפּעס נײַס. און אַזױ װעט זײַן װײַטער: יעדעס מאָל, װאָס איך װעל לײענען זײַנע אַן אַרבעט װאָס ער האָט אָנגעשריבן אָדער רעדאַקטירט, צי די װערק פֿון זײַנע סטודענטן. זאָל זײַן אָנדענק זײַן געבענטשט, און זאָל זײַן װערק װײַטער אינספּירירן.

מלכּה יעגער־דרור, סאָציאָלינגװיסט, אַריזאָנער אוניװערסיטעט

איך האָב זיך געטראָפֿן מיט אים נאָר אײן מאָל. ער איז געװען דער הױפּט־רעדנער אױף אַ װאָך־לאַנגיקער סעריע רעפֿעראַטן, װאָס דער אָפּטײל פֿון אַמעריקאַנער אינדיאַנער שטודיעס האָט אָרגאַניזירט. װי עס איז, איז מען צוגעקומען צו מיר און געבעטן, איך זאָל זײַן זיכער, אַז ער האָט װאָס צו עסן (צוליב כּשרות). איך בין בײַגעװען אױף יעדער לעקציע װאָס איך האָב נאָר געקענט. ער האָט װאַרעם געענטפֿערט אױף די פֿראַגעס, װאָס מע האָט אים געשטעלט, און האָט באַהאַנדלט יעדן „פֿרעגער” גלײַך אײדל, נישט װיכטיק צי ער איז געװען אַן אינדיאַנער פֿון רעזערװאַט, צי אַ באַקאַנטער לינגװיסטישער אַנטראָפּאָלאָג. ער און זײַן װײַב געלע זענען געװען גוטהאַרציקע מענטשן, נישט נאָר די צענטראַלע פֿאָרשער אױפֿן געביט פֿון שפּראַכן־דערהאַלטונג און שפּראַך־סאָציאָלאָגיע. זײ האָבן בײדע שטאַרק משפּיע געװען סײַ אױף די פֿאָרשער אין דעם אוניװעריסטעט, סײַ אױף דער פּאָליטיק פֿון דעם גרױסן אינדיאַנער רעזערװאַט.

מרים אײַזיקס, פֿאָרשער און לעקטאָר, װאַשינגטאָן, ד״ק

איך האָב באַזוכט שיקלען אין 1988. איך האָב געװאָלט זיך אומקערן צוריק צו דער אַקאַדעמישער אַרבעט נאָך אַ צײַט, װאָס איך האָב געאַרבעט אין דעם שטאָטישן אוניװערסיטעט און אין דעם שטאַטישן אוניװערסיטעט פֿון ניו־יאָרק. איך בין צוגעפֿאָרן אין בראָנקס און ער האָט מיר געגעבן עצות, סײַ פֿאַר מײַן פֿאָרש־אַרבעט און סײַ פּראַקטישע. עס איז געװען אַ גרױסע זאַך. איך האָב געלײענט און גענוצט זײַנע אַרטיקלען אין מײַן אײגענער פֿאָרש־אַרבעט אין ירושלים. ער איז געװען אַן אײדעלער און פֿײַנער מענטש. אײן מאָל איז געװען אין דזשאָרדזשטאַון־אוניװערסיטעט אַ לינגװיסטישע קאָנפֿערענץ װאָס איז דװקא פֿאָרגעקומען פּסח. איך און ער זענען געזעסן בײַ די יעזויִטן און געגעסן סאַלאַט מיט מצה.

רחמיאל פּעלץ, פּראָפֿעסאָר פֿון סאָציאָלינגװיסטיק, דרעקסל־אוניװערסיטעט, פֿילאַדעלפֿיע

איך קען שיקלען ז״ל שױן עטלעכע פֿערציק יאָר. ער האָט שטענדיק געמונטערט ייִנגערע קאָלעגעס צו דרוקן זײערע אַרבעטן. אַזױ װי איך בין געװען צװישן די זעלטענע טרענירט אין דער סאָציאָלאָגיע פֿון שפּראַך, האָט ער פֿאַר מיר געשאַפֿן געלעגנהײטן צו שטעלן מײַנע פֿאָרש־אַרבעטן צוזאַמען מיט יענערע בײַ אַנדערע פֿעלקער און לשונות. ער האָט אַלע מאָל געװאָלט, אַז ייִדיש זאָל פֿיגורירן. אַפֿילו לעצטנס פֿיגוריר איך װי אַ טײל פֿון דער רעדאַקציע פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן זשורנאַל פֿון דער סאָציאָלאָגיע פֿון שפּראַך”.

סײַ די ייִדיש־פֿאָרשער, סײַ די פֿאָרשער פֿון ייִדישע לימודים אין אַלגעמײן האָבן ניט אָנערקענט שיקלס אױפֿטוען. די פֿאַרגאַנגענע דרײַסיק יאָר איז די ייִדיש־פֿאָרשונג דורכױס ליטעראַטור־אָריענטירט. אױך בײַ די ייִדיש־פֿאָרשער האָט מען בדרך־כּלל ניט געפֿרעגט צו פֿיל װעגן דער פּאָזיציע פֿון ייִדיש אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט.

אין דעם אַלגעמײנעם ייִדישע לימודים־קאָנטעקסט האָט מען פֿישמאַנען אין גאַנצן פֿאַרקוקט. עטלעכע יאָר בין איך געװען אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרװאַלטונג בײַ דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿאַר דער סאָציאַלער װיסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג פֿון ייִדנטום. מע טײלט אױס יערלעך די פּרעמיע א”נ פֿון מאַרשל סקלאַר. איך האָב דרײַ מאָל אָנגעגעבן דעטאַליזירטע אַפּליקאַציעס פֿאַר קאַנדידאַטן (אליהוא כּ”ץ, שמואל הײַלמאַן, שיקל פֿישמאַן). בײַ די ערשטע צװײ האָב איך געפּועלט, בײַ שיקלען ניט. מע האָט ניט געװוּסט װער ער איז.

נאָר אױף דער װעלט אינעם געביט שפּראַך־פּלאַנירונג, סאָציאָלאָגיע פֿון שפּראַכן, קלײנע מינאָריטעטן־שפּראַכן איז ער דער באַרימסטער געלערנטער. אַפֿילו אין דער סאָציאָלינגװיסטיק קען מען אים. זיכער, די עלטערע פֿאָרשער האָבן אים גוט געקענט, אַזױ װי װיליאַם לאַבאָװ און דעל הײַמס אין דער עטנאָגראַפֿיע פֿון שפּראַכן.

זײער אַ קלאָרער סימן־דלות, אַז די ייִדיש־פֿאָרשונג און דזשויִש־שטודיעס קענען אים ניט. די ייִדיש־געזעלשאַפֿט אָבער יאָ.

דניאל קױפֿמאַן, דירעקטאָר פֿון דער „אַליאַנץ פֿאַר אָפּגעשװאַכטע שפּראַכן”

איך בין זיכער, אַז די אַנדערע לינגװיסטן װעלן אַרומרעדן דאָס חשיבֿות פֿון פֿישמאַנס אַרבעט פֿאַר ייִדיש װי אַ לעבעדיקע שפּראַך. איך האַלט אָבער, אַז זײַן שטענדיקע אַרבעט לטובֿת די לשונות, װאָס זענען דװקא נישט געװען „זײַנע”, איז נאָך מער צו באַװוּנדערן. בשעת די מערסטע ייִדישע אינטעליגענטן האָבן זיך אָפּגעגעבן בלױז מיט ייִדישע פּראָבלעמען, איז פֿישמאַן געװען בכּוח צו קעמפֿן פֿאַר די מענטשנרעכט פֿאַר דעם אירלענדער, מאַאָרי, האַװאַיער, נאַװאַהאָ, צװישן אַנדערע. די טראַדיציאָנעלקײט, װאָס איז געװען דער יסוד פֿון זײַן לעבנס־שטײגער, האָט אים נישט באַגרענעצט, נאָר פֿאַרקערט: אים געגעבן דעם אימפּולס װײַטער צו פֿאַרטײדיקן אַלע אונטערגעדריקטע פֿעלקער, װאָס האָבן געהאַלטן אין פֿאַרלירן זײערע שפּראַכן, זײער אידענטיטעט. זײַן בוך Reversing Language Shift [צוריק צו די מוטערשפּראַכן], װאָס איז אַרױס אין 1991 האָט שטאַרק משפּיע געװען אױף פֿאַרשידענע שפּראַך־באַװעגונגען איבער דער װעלט, און האָט אינספּירירט אַ גאַנצן דור צו קעמפֿן פֿאַר ממשותדיקער שפּראַך־אױפֿלעבונג, נישט בלױז צו באַנוגענען זיך מיט מינימאַלער, סימבאָלישער אָנערקענונג. איך האָב אַלײן געזען, אַז אַפֿילו אין זײַנע שפּעטערדיקע יאָרן האָט ער װײַטער באַגײַסטערט מאַאָרי־אַקטיװיסטן אױפֿצוהאַלטן זײער קאַמף פֿאַר רעכט. אין 2012 האָט אים דער נאַציאָנאַלער מאַאָרי שפּראַך־אינסטיטוט, „טע איפּוקאַרעאַ”, באַערט מיט אַ צערעמאָניע, װאָס איז פֿאָרגעקומען אינעם לאַנדישן מוזײ פֿון די אַמעריקאַנער אינדיאַנער אין מאַנהעטן. פֿאַר מײַנע אױגן האָט דאָס אױפֿגעװיזן די װיכטיקײט פֿון פֿישמאַנס אױפֿטוען, אַ סך מער װי די לױבװערטער פֿון זײַנע ייִדישיסטישע אָנהענגער. פֿיל מענטשן װאָלטן גערן פֿאַרטײדיקט די אײגענע קולטור, אָבער סע פֿאָדערט שױן אַ סך מער, אַז אַן אַשכּנזישער ייִד אַן אָרטאָדאָקס פֿון פֿילאַדעלפֿיע זאָל קעמפֿן פֿאַר אַ קלײנער שפּראַך אין נײַ־זילאַנד, צװישן אַנדערע. הײַנט זאָגן מיר קדיש נאָך פֿישמאַנען, אַ מענטש, װאָס האָט אַ גאַנץ לעּבן געהאָרעװעט, כּדי מיר זאָלן נישט דאַרפֿן אָפּזאָגן אַ קדיש נאָך אַ פֿאַרלױרענער שפּראַך, נאָך אַ פֿאַרלױרענער אידענטיטעט.