ווען מע קוקט אויף די פּאָרטרעטן, געמאָלט פֿון דער יונגער קינסטלערין יעל מדרש, איז שווער צו גלייבן, אַז די 24־יאָריקע פֿרוי האָט אָנגעהויבן שטודירן קונסט ערשט מיט פֿינף יאָר צוריק. איר טעכניק און די סענסיטיווקייט פֿאַר די סוזשעטן איז מרמז אויף אַ זעלטענעם טאַלאַנט.
אַ פּנים, האַלט די Art Student League אויך אַזוי. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די אָנגעזעענע קונסטשול אין מאַנהעטן, וווּ מדרש איז אַ סטודענטקע, זי באַלוינט מיט דער New York Blue Dot Award, פֿאַר איר פּרעכטיקן פּאָרטרעט, Little Man — אַ בילד פֿון אַ קאַרליק, וועלכער זיצט רויִק אויף ד׳רערד און קוקט מיט זײַנע זשוואַווע בלאָע אויגן אויף אַ זאַך, וואָס מיר, די צוקוקער, קענען נישט זען. אַ פּשוטער מאָמענט, און דאָך ווערט דער צוקוקער גלײַך אַרײַנגעצויגן.
מדרשס ווערק האָט מען שוין געוויזן אויף אַ צאָל אַנדערע אויסשטעלונגען. צוויי פֿון אירע בילדער הענגען אינעם „האַאַג‟, אין האָלאַנד, ווי אַ טייל פֿון אַ קאָלעקטיווער אויסשטעלונג פֿון לאַטײַן־אַמעריקאַנער קינסטלער, Artana.
מדרש איז אָבער נישט קיין געוויינטלעכע מאָלערין. זי איז דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרומער ייִדישער שטוב אין מעקסיקע און האָט זיך געלערנט אין ייִדישע טאָגשולן — סײַ מאָדערן־פֿרומע שולן, סײַ אין דער חרדישער „בית־יעקבֿ‟ שול. איר שענסטע איבערלעבונג איז אָבער געווען ווען זי האָט, צו 19 יאָר, שטודירט אַ יאָר לאַנג אין „אמונה ואמנות‟ — אַ ירושלימער מרדשה פֿאַר מיידלעך, וווּ מע לערנט זיך קונסט, מוזיק און תּורה.
„ביז דעמאָלט האָב איך נאָר געוווּסט וועגן צוויי מינים ייִדן,‟ האָט מדרש געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „די טראַדיציאָנעלע ייִדן — יענע, וואָס גייען אין שיל בלויז צוויי מאָל אַ יאָר — און די שטאַרק פֿרומע. די סבֿיבֿה אין ׳אמונה ואמנות׳ איז אָבער געווען זייער אַנדערש. דאָרט היט מען שבת און כּשרות, מע רעדט וועגן גײַסטיקע זאַכן, אָבער ס׳איז אויך זייער קאָסמאָפּאָליטיש.‟ כאָטש מדרש האָט זינט די קינדער־יאָרן געוווּסט, אַז זי האָט ליב צו צייכענען, האָט זי אין דער מדרשה זיך געכאַפּט, אַז זי וויל טאַקע ווערן אַ קינסטלער.
מדרש האָט אויך ליב צו לערנען ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע, און זי הערט זיך אָפֿט צו צו די שיעורים פֿון אירס אַ באַליבטן רבֿ אין מיאַמי, יוחנן צווײַג (קינדווײַז האָט יעל פֿאַרבראַכט 5 יאָר אין מיאַמי, בעת איר טאַטע האָט דאָרט געמאַכט זײַן דאָקטאָראַט). „ער אַנאַליזירט דעם תּנ״ך אויף אַ פֿילאָסאָפֿישן אופֿן, און דאָס אינספּירירט מיך אין מײַן קונסט,‟ האָט זי געזאָגט. „למשל, דאָס וואָס השם ווערט בכלל נישט דערמאָנט אין דער מגילה, כאָטש די גאַנצע פּורים־מעשׂה איז דורכגעדרונגען מיט דעם וואָס גאָט האָט אַ האַנט אין אַלצדינג. און אַזוי דאַרף אויך זײַן די ראָלע פֿונעם קינסטלער.‟
צווישן די כּלערליי צייכענונגען און מאָלערײַען, וואָס מדרש האָט געשאַפֿן במשך פֿון די יאָרן, זענען אויך פֿאַראַן פּרעכטיקע בילדער פֿון דער נאַקעטער מענטשלעכער פֿיגור. אויף דער פֿראַגע, צי זעט זי אַ סתּירה אין דעם וואָס אַ פֿרומע פֿרוי מאָלט אַזוינע בילדער, האָט זי געענטפֿערט: „פֿאַרקערט, ווען איך מאָל אַ נאַקעטע פֿיגור אינעם ריכטיקן קאָנטעקסט, דערנענטערט עס מיך צו גאָט. ווען מע זעט די קאָמפּלעקסיטעט פֿונעם בן־אָדם, די אַנאַטאָמיע, די הויט, אַלע שיכטן וואָס באַטרעפֿן דעם מענטשן, זעט מען די פּערפֿעקטקייט פֿון גאָטס באַשאַף.‟
פֿון דעסטוועגן, קאָן עס שאַפֿן פּריקרע מאָמענטן. איין מאָל, זיצנדיק אין קלאַס אין „בית־יעקבֿ‟, איז אירס אַ צייכענונג פֿון אַ נאַקעטער פֿיגור אַרויסגעפֿאַלן פֿון העפֿט. די לערערין, אַ פֿרומע פֿרוי אין די זעכציקער, האָט אויפֿגעהויבן דאָס בילד און מיט ביטול געמורמלט: „אוי! זייער מאָדנע!‟ און עס איר תּיכּף אומגעקערט. „אַלע מיידלעך האָבן דאָס דערזען און כ׳האָב זיך שטאַרק פֿאַרשעמט,‟ האָט מדרש געזאָגט.
שפּעטער אָבער, ווען זי האָט זיך געלערנט אין דער פֿרומער קונסטשול, האָט מען זיך באַצויגן צו אירע נאַקעטע פֿיגורן גאָר אַנדערש. בעת די צוגרייטונגען פֿאַר דער סוף־יאָריקער אויסשטעלונג, האָט דער ראָש־ישיבֿה אָנגעקוקט יעלס נאַקעטע פֿיגורן, און נאָך אַ רגע דערקלערט: „מיך אַרט נישט, אַז מע זאָל די בילדער אַרײַננעמען אין דער אויסשטעלונג, אָבער מיר וועלן זיי מוזן אויפֿהענגען אין אַ באַזונדערן צימער, וווּ נאָר פֿרויען קאָנען אַהין אַרײַן. דאָס וועט אויך געבן די פֿרויען אַ מעגלעכקייט אַליין צו באַשליסן, צי זיי ווילן עס זען, צי נישט.‟
„זײַן פּסק איז מיר געפֿעלן געוואָרן, ווײַל ס׳איז נישט געווען שוואַרץ און ווײַס,‟ האָט יעל געזאָגט. איינע פֿון די זאַכן, וואָס זי האָט זיך טאַקע געלערנט איז, אַז דאָס שאַפֿן סקולפּטורן פֿון נאַקעטע פֿיגורן איז קעגן דער הלכה, אָבער דאָס צייכענען אָדער מאָלן זיי — נישט.
אַחוץ איר ליבשאַפֿט צו לערנען תּורה, פֿילט מדרש אויך אַ נאָענטשאַפֿט מיט דער ייִדישער שפּראַך, וואָס זי האָט געהערט בײַ דער עלטער־באָבען. זי האָט שוין עטלעכע מאָל באַזוכט „ייִדיש־פֿאַרם‟ און זאָגט, אַז זי וויל זיך שטאַרק אויסלערנען די שפּראַך. איר מאַמע, ד״ר אַנעט פּיער, איז אַליין אַ קינסטלערין און אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש, און האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק געהאַט אַן אויסשטעלונג אין מעקסיקע, „די ייִדישע לאָטעריע‟, וואָס האָט געשילדערט אַ ריזיקע לאָטאָ־שפּיל פֿון וועלטסווערטלעך אויף ייִדיש.
„אין איין שול ווי איך האָב זיך געלערנט, ׳יבֿנה׳, אין מעקסיקע, האָב איך גענומען אַ פֿאָרמעלן ייִדיש־קלאַס, אָבער צום באַדויערן, האָב איך זיך ווייניק אויסגעלערנט,‟ האָט מרדש געזאָגט. איר בחור, וואָס האָט ווי אַ קינד אימיגרירט מיט זײַן משפּחה פֿון אוקראַיִנע, קען יאָ פֿליסיק ייִדיש, ווײַל טאַטע־מאַמע האָבן אים געשיקט אין אַ באָבאָווער ישיבֿה. ביזן הײַנטיקן טאָג, ווען ער פֿאַרברענגט מיט זײַנע רוסיש־רעדנדיקע פֿרײַנד פֿון דער ישיבֿה, רעדן זיי צווישן זיך מער ייִדיש ווי רוסיש.
„זײַן ייִדיש־רעדן איז טאַקע איינע פֿון די זאַכן, וואָס האָט מיך צוגעצויגן צו אים,‟ האָט מדרש באַמערקט. „כ׳האָב אים שוין אָנגעזאָגט, אַז אויב מיר וועלן חתונה האָבן און האָבן קינדער, וועט ער מוזן רעדן ייִדיש מיט זיי און מיט מיר. אַזוי האָב איך צוגעזאָגט מײַן עלטער־באָבע: אַז ייִדיש וועט נישט פֿאַרלוירן גיין אין אונדזער משפּחה.‟
מדרש האַלט, אַז אירע אינטערעסן — תּנ״ך, ייִדיש, און איר „אָבסעסיע‟ מיט קונסטטעכניק — וועלן זי ווײַטער אינספּירירן צו שאַפֿן נײַע קונסטווערק, בפֿרט איצט, אַז זי האַלט בײַם פֿאַרענדיקן דעם Art Student League, און האָט שוין אויפֿגעשטעלט איר אייגענע אַטעליע.
„די שול איז געווען אויסערגעוויינטלעך פֿאַר מיר, מיך געלערנט אַנאַטאָמיע, ליכט, באַוועגונג און אָרט. אָבער עפּעס פֿעלט מיר, אַ מער פּערזענלעך לשון. ס׳איז געקומען די צײַט אַוועקרוקן זיך פֿון הוילן רעאַליזם, און אַרײַנפֿלעכטן סוררעאַליסטישע עלעמענטן. כ׳דאַרף אָנהייבן פֿאָרשן אַ מער פּערזענלעך לשון.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.