די איראַקישע רעגירונג האָט איבערגעגעבן, אַז די מיליטאַנטן פֿון „אײַסיס‟ האָבן באַרויבט און צעשטערט מיט בולדאָזערס די אוראַלטע אַסירישע שטאָט נימרוד.
די אולטראַ־ראַדיקאַלע מיליטאַנטישע גרופּע, וואָס האַלט זיך פֿאַר „עכטע סוניטן‟, האָט שוין עטלעכע מאָל געמאַכט אַ תּל פֿון די וויכטיקסטע אַרכעאָלאָגישע און קולטורעלע אוצרות אין דער וועלט. זיי גלייבן, אַז מע מוז אויסמעקן אַלע שפּורן פֿון די אַלטע עבֿודה־זרות. נימרוד, די 3000־יאָריקע היסטאָרישע שטאָט, וואָס שטייט אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך טיגריס, באַקאַנט אין תּנ״ך ווי חדקל, איז אַמאָל געווען די הויפּטשטאָט פֿון דער מעכטיקער וועלט־אימפּעריע, וועלכע האָט געהערשט אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן איראַן, טערקײַ און עגיפּטן.
מיט אַ וואָך צוריק, האָט „אײַסיס‟ צעשטערט די מוזיי־סטאַטועס און באַרעליעפֿן אין מאָסול, וווּ די דאָזיקע גרופּע האָט פֿאַקטיש איבערגענומען די מאַכט זינט יוני. די וואָך, האָבן די מיליטאַנטן ממשיך געווען זייער „ביטול־עבֿודה־זרה‟ און צעשטערט מיט שווערע בולדאָזערס די באַרימטע אַרכעאָלאָגישע דענקמעלער, וואָס זענען געשטאַנען אין נימרוד שוין 3,300 יאָר. „אונעסקאָ‟, דער קולטור־אָפּטייל פֿון דער „יו־ען‟, האָט פֿאַרדאַמט די דאָזיקע אַקציעס ווי אַ „קולטורעלער גענאָציד‟ און אַ מלחמה־פֿאַרברעכן.
אַ סך פֿון די היסטאָרישע דענקמעלער, וואָס זענען אַמאָל געשטאַנען אין נימרוד, ווערן איצט אָפּגעהיט אינעם בריטישן מוזיי, אין באַגדאַד און אַנדערע שטעט. די אַרכעאָלאָגן האָבן זיי אָנגעהויבן אויסגראָבן אינעם 19טן יאָרהונדערט. „אײַסיס‟ האָט איצט צעשטערט דאָס רעשט פֿון די סטאַטועס, וואַנט־געמעלן און אַן אוראַלטן שלאָס. אין נינווה, אַן אַנדער באַקאַנטע תּנ״כישע שטאָט, האָבן זיי אויך צעשעדיקט די ריזיקע אָקס־סטאַטוע.
אַיאַטאָלאַ אַלי סיסטאַני, דער איראַקישער „הויפּט־פּוסק‟ פֿונעם שיִיִטישן שניט, האָט גערופֿן אַלע רעליגיעזע גרופּעס אינעם לאַנד צו באַקעמפֿן „אײַסיס‟. דער גײַסטיקער פֿירער האָט באַטאָנט, אַז די עקסטרעמיסטן האָבן נישט רחמנות אַפֿילו אויף די אַלטע שטיינער. די שיִיִטישע מיליץ, וואָס באַקומט שטיצע פֿון איראַן, האָט אָנגעהויבן אַן אַטאַק אויף „אײַסיס‟ אין טיקריט און האָפֿט אויך צו פֿאַרטרײַבן די מיליטאַנטן פֿון מאָסול. אין דער זעלבער צײַט, פּלאַנירן די מערבֿדיקע לענדער, בראָש מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, צו אַטאַקירן „אײַסיס‟ פֿון דער לופֿטן.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די איראַקישע רעגירונג איבערגעגעבן, אַז די צעשטערונג־אַקציעס זענען, אין דער אמתן, אַ שווינדלעריש געשעפֿט. „אײַסיס‟ האָט צוגעגנבֿעט און פֿאַרקויפֿט אַ סך היסטאָרישע דענקמעלער. כּדי מע זאָל עס נישט באַמערקטן, שאַפֿט זיי אַ פֿאַלשן אײַנדרוק, אַז זייער כּוונה איז מבֿטל צו זײַן די אַלטע עבֿודה־זרות. די עקסטרעמיסטן שאַנעווען אויך נישט די ייִדישע און מוסולמענישע קבֿרי־צדיקים. אין יולי האָט „אײַסיס‟ אויפֿגעריסן דעם קבֿר פֿון יונה־הנבֿיא אין מאָסול. די גרופּע אַטאַקירט כּסדר די שיִיִטישע הייליקע ערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.