אַ „צדיק נסתּר‟ פֿון ייִדיש

A "Hidden Saint" of Yiddish

יאַנקל־פּרץ בלום פֿירט אַ ייִדיש־קלאַס אויף דער “ייִדיש־פֿאַרם”
יאַנקל־פּרץ בלום פֿירט אַ ייִדיש־קלאַס אויף דער “ייִדיש־פֿאַרם”

פֿון לייזער בורקאָ

Published March 10, 2015, issue of April 03, 2015.

פֿרומע ייִדן גלייבן, אַז צווישן אונדז לעבן ל״וו צדיקים נסתּרים — 36 באַהאַלטענע צדיקים, וואָס אין זייער זכות איז אונדזער לעבן אויף דער וועלט באַרעכטיקט פֿאַרן רבונו־של־עולם. פֿון דעם קען דרינגען, אַז דער גורל פֿון דער וועלט ווענדט זיך פֿון אַ רעלאַטיוו קליינער צאָל מענטשן, און אַז יעדער איינער קען טעאָרעטיש זיך אַנטפּלעקן ווי אַ באַהאַלטענער צדיק, וואָס האָט אַ ממשותדיקע השפּעה אויף דער געשיכטע.

נו, אונדזער ייִדיש־וועלטל איז היפּש קלענער פֿון דער גרויסער וועלט אַרום איר, דעריבער קען די צאָל ייִדיש־צדיקים זײַן קלענער ווי 36. זיי קענען זיך אויך ניט אַזוי גרינג אויסבאַהאַלטן, ווײַל די גאַנצע ייִדישיסטישע באַפֿעלקערונג, וואָס מע זעט אויף די אונטערנעמונגען (די חסידישע ייִדישיסטן באַהאַלטן זיך בעסער), איז סך־הכּל עטלעכע הונדערט מענטשן. מאַכט זיך אַ מאָל, אַז אַ צדיק נסתּר אונדזערער אַנטפּלעקט זיך און מע קען אים דערקענען, איידער ער ציט זיך צוריק, כּדי ווײַטער צו פּראַווען התבודדות.

אַזוי איז געשען זונטיק דעם ערשטן מאַרץ, ווען אונדזער פֿרײַנד יאַנקל־פּרץ בלום האָט פֿאַרבעטן אַ קליינע חבֿרה, יחידי־סגולה, אויף אַ סיום בײַ זיך אין דער היים. בלום וווינט אין קראַון־הײַטס, עטלעכע בלאָק פֿונעם חב״דסקער בית־המקדש אויף 770 איסטערן־פּאַרקוויי. ווען אַ פֿרומער ייִד מאַכט אַ סיום — ספּעציעל אין קראַון־הײַטס — האָט ער געוויינטלעך פֿאַרענדיקט צו לערנען אַ מסכתּא אָדער אַ סדר משניות אָדער נאָך אַ ספֿר אַזאַ. אָבער בלום האָט אונדז פֿאַרבעטן אויף אַן אַנדער מין סיום, אַ ייִדישיסטישן — מסתּמא דער ערשטער פֿון דעם סאָרט, וואָס איז ווען עס איז פֿאָרגעקומען.

קודם־כּל, האָט בלום געוואָלט מיט אונדזער צונויפֿקומעניש אָפּמערקן אַ וויכטיקן אָפּשניט אין זײַן לעבן: ער האָט ניט לאַנג צוריק באַקומען זײַן מאַגיסטער־דיפּלאָם אין לינגוויסטיק פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָטישן אוניווערסיטעט. ער האָט פֿאַרענדיקט אַ טעזיס, וואָס גיט פּראַקטישע עצות, ווי אַזוי צו לייזן די פּראָבלעם פֿונעם ייִדישן OCR („אָפּטישע כאַראַקטער־דערקענונג‟), דאָס הייסט, דערמעגלעכן דעם קאָמפּיוטער צו דערקענען און צו לייענען ייִדישע אותיות פֿון אַ בילד. עס זײַנען פֿאַראַן וויכטיקע פּראָיעקטן צו שאַפֿן אַ גוטע ייִדישע OCR־טעכנאָלאָגיע, סײַ בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, סײַ בײַם ייִדישיסט און קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿטלער רפֿאל פֿינקל; אָבער זייער אַרבעט איז נאָך ניט פֿאַרטיק, און דערווײַל האָבן מיר בלויז די סקאַנירטע טעקסטן בײַ „גוגל ביכער‟ און HebrewBooks.org, וואָס דער קאָמפּיוטער קען זיי לייענען נאָר טיילווײַז, מיט זייער אַ סך טעותן.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט פֿינקל באַאַרבעט די בילדער פֿון די זײַטן פֿונעם „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟ און דערמעגלעכט, מע זאָל קענען זוכן אַלע ווערטער אין די פֿאַראַנענע בענד.

//www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/searchGroys.cgi

לעצטנס, האָט ער אויך באַאַרבעט אַלע ווערק פֿון שלום־עליכם, און אויך צוגעצויגן אַ צאָל העלפֿער, וואָס לייענען קאָרעקטור אויף פֿינקלס וועבזײַטל — ווײַל זײַן פּראָגראַם מאכט פֿאָרט אַ פּאָר טעותן.

//www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/searchSholem.cgi

ס׳איז שווער איבערצושאַצן דאָס חשיבֿות פֿונעם ייִדישן OCR. עס וועט דערמעגלעכן דעם לייענער גלײַך צו געפֿינען וואָס ער זוכט אין אַ טעקסט — אין אַלע טעקסטן. ווען מע וועט זיך פֿרעגן „וווּ האָב איך געלייענט אַזוי און אַזוי?‟, וועט מען אַ זוך טאָן און געפֿינען, און ניט דאַרפֿן דורכבלעטערן הונדערטער זײַטן אומזיסט. אַז מע וועט וועלן וויסן, ווי אַזוי מע ניצט אַ געוויס וואָרט אין אַ זאַץ אָדער וואָס דאָס וואָרט מיינט, וועט מען גלײַך געפֿינען הונדערטער אָדער טויזנטער משל־זאַצן. אַזוי וועט דער ייִדישער OCR מיט זיך פֿאָרשטעלן אַ שטיקל רעוואָלוציע אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג.

אָבער וועגן זײַן צושטײַער צו דער OCR-אַנטוויקלונג האָט בלום יענעם אָוונט גאָרניט גערעדט. ער האָט אונדז פֿאַרבעטן, כּדי צו מאַכן אַ סיום אויף דרײַ וואָגיקע ייִדיש־„ספֿרים‟, וואָס ער האָט איצט פֿאַרענדיקט צו לערנען. דאָס וואָרט „בוך‟ איז צו שוואַך, כּדי צו באַצייכענען די דאָזיקע ווערק, וואָס מע דאַרף זיי ניט בלויז לייענען, נאָר טאַקע לערנען און חזרן.

צום ערשט, האָט בלום געמאַכט אַ סיום אויף דער 4־בענדיקער „געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟ פֿון מאַקס ווײַנרײַך. ער האָט ניט בלויז דערקלערט אויף איין פֿוס דעם מהות פֿונעם גרויסן ווערק, נאָר אויך דערציילט, אַז ס׳איז גאָרניט פֿאַרענדיקט געוואָרן: ווײַנרײַכס כּתבֿ־ידן ווײַזן, אַז ער האָט פּלאַנירט אַ ווערק, וואָס איז היפּש גרעסער. מיט די געסט צוזאַמען האָט ער געלייענט די לעצטע פּאָר זײַטן פֿונעם לעצטן באַנד און דערנאָך געמאַכט אַ לחיים, געוווּנטשן ווײַנרײַכן אַן עלית־נשמה.

פֿאַרן צווייטן טייל האָט בלום געמאַכט אַ סיום אויפֿן נײַעם „ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער‟ פֿון יצחק ניבאָרסקי — דער בעסטער פֿאַרענדיקטער ייִדיש־ייִדישער ווערטערבוך, וואָס איז פֿאַראַן. בלום האָט ניט בלויז געלייענט די דעפֿיניציעס און די משל־זאַצן, ער האָט אויך פֿאַרשריבן אין אַ ספּעציעלער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם אַזעלכע ווערטער, וואָס ער האָט פֿריִער ניט געקענט, כּדי זיי אַרײַנצוחזרן. אַ דאַנק זײַן אײַזערנעם זכּרון און דער לאַנגער באַשעפֿטיקונג מיט דער דאָזיקער פּראָגראַם, קען ער טויזנטער מער ווערטער און אויסדרוקן, ווי די אַנדערע ייִדישיסטן פֿון זײַן דור. כּל־זמן מיר וועלן ניט האָבן אַ „גרויסן ווערטערבוך‟ אַ פֿאַרטיקן, וועלן מיר כאָטש האָבן אַ יאַנקל־פּרץ בלום.

צום לעצט, האָט ער געמאַכט אַ סיום אויפֿן ייִוואָ־זשורנאַל „ייִדישע שפּראַך‟, וואָס האָט אָנגעהויבן אַרויסצוגיין אין 1941 און איז דערשינען עטלעכע מאָל אַ יאָר — דערנאָך איין מאָל אַ יאָר, און דערנאָך — מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון צענדליקער יאָרן. (דער לעצטער באַנד איז אַרויס מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אונטער דער רעדאַקציע פֿון הערשל גלעזער.) בלום האָט דעם זשורנאַל געלייענט פֿון בלעטל ביז בלעטל און כּסדר פֿאַרצייכנט פֿאַר זיך די וויכטיקסטע אינפֿאָרמאַציעס.

בלום האָט געזאָגט, אַז ער מאַכט דעם סיום ניט, כּדי זיך צו געבן אַ קניפּ אין בעקל — ווער דאַרף עס? — נאָר כּדי צו דערמוטיקן די אַנדערע ייִדישיסטן צו פֿלײַסן זיך אין לערנען. די גרעסטע צרה פֿון אונדזער סבֿיבֿה איז ניט, אַז זי איז קליין, נאָר אַז מע לערנט ניט גענוג. מיר קענען זיך אפֿשר באַגיין אָן 36 צדיקים, אָבער ניט אָן אַזאַ ייִדיש־צדיק ווי יאַנקל־פּרץ בלום. צו וועמען זאָל מען קומען מיט שאלות איבער אַ שווערן גראַמאַטישן ענין? ווער ווייסט, ווי אַזוי מע האָט געזאָגט אין האָצעפּלאָץ אָדער אין פּטשאַטש פֿאַר דער מלחמה? הײַנט קען מען ציילן אויף די פֿינגער די מענטשן, וואָס הייבן אָן צו וויסן וועגן אַזעלכע זאַכן. ס׳איז אונדזער גרויס מזל, וואָס יאַנקל־פּרץ בלום איז געוואָרן איינער פֿון זיי.

  • Image 1
  • Image 2