נאָכן לאַנגן 13־שעהיִקן אַרבעטס־טאָג, קומט הידעהיקאָ עגאַטאַ, ווי געוויינטלעך, אין זײַן באַליבטן באַר, וואָס געפֿינט זיך אין דער רײַכער געגנט שיבוּיאַ.
עגאַטאַ אַרבעט ווי אַ עלטערער עצה־געבער אין אַן אָרטיקער פֿינאַנציעלער פֿירמע. ער עסט אָפּ די טראַדיציאָנעלע יאַפּאַנישע מאכלים, הייבט אָן אַ שמועס מיטן בעל־הבית פֿונעם רעסטאָראַן, און דערנאָך באַשטעלט ער זײַנע געוויינטלעכע נאַשערײַען: כומוס מיטן וואַרעמען נאַהוט, טחינה און איילבערט־בוימל. עגאַטאַ, אַן ענערגישער מאַן אין זײַנע 50ער, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט געראַנגל־געניטונגען, כּדי צו בלײַבן אין אַ גוטן געזונט־מצבֿ, האָט איבערגעגעבן, אַז מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט ער צום ערשטן מאָל פֿאַרזוכט כומוס אין אַן אַנדער עק פֿון דער הויפּטשטאָט. ער האָט געמאַכט דעם אויספֿיר, אַז דער דאָזיקער מאכל איז באַזונדערס געזונט; ווען דער נײַער כומוס־פּלאַץ האָט זיך געעפֿנט אין טאָקיאָ, האָט ער אָנגעהויבן גיין כּסדר אַהין.
„טע־ים‟ איז איינער פֿון לכל־הפּחות 8 ישׂראלדיקע רעסטאָראַנען, וואָס האָבן זיך געעפֿנט אין יאַפּאַן במשך פֿון די לעצטע 5 יאָר, און באַדינען די שטאָטישע רײַכע עליט, וואָס האָט ליב צו פֿאַרזוכן נײַע מאכלים און זאָרגט זיך וועגן דיעטע. אין יאַנואַר, האָבן די ליובאַוויטשער חסידים געעפֿנט דעם איינציקן רעסטאָראַן אין דער שטאָט מיט אַ הכשר, „חנהס פּלאַץ‟, וווּ מע לייגט אויך פֿאָר כומוס און אַנדערע פּאָפּולערע ישׂראלדיקע מאכלים.
דן צוקערמאַן, דער 54־יאָריקער בעל־הבית פֿון „טע-ים‟, האָט זיך באַזעצט אין טאָקיאָ אינעם יאָר 1985. צוערשט, האָט ער געעפֿנט אַ „דעלי‟ און אינעם יאָר 2011 — דעם דערמאָנטן רעסטאָראַן. צוקערמאַן האָט איבערגעגעבן, אַז לעצטנס האָבן זיך אַ סך יאַפּאַנער פֿאַראינטערעסירט מיט פֿאַרשיידענע אויסלענדישע מינים עסנוואַרג: מעקסיקאַנער, פּאָרטוגאַלישע, שפּאַנישע צי גריכישע. אַן אַנדער ליובאַוויטשער, הרבֿ בנימין אדרי (עדערי), האַלט דעם איינציקן אָרטיקן כּשרן פֿאַלאַפֿעל־קיאָסק.
די אַראַבישע און ישׂראלדיקע נאַשערײַען זענען באַזונדערס פּאָפּולער אין יאַפּאַן, ווײַל מע קאָן זיי גרינג צוגרייטן פֿון די אָרטיקע פּראָדוקטן. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿעטע מעקסיקאַנער טאַקאָס, האָבן די יאַפּאַנער ליב אַזעלכע ריינע און וויטאַמין־רײַכע וועגעטאַרישע מאכלים, ווי כומוס. ווי באַלד נאַהוט איז אַ טראַדיציאָנעלע יאַפּאַנישע גרינצײַג, שאַצן זיי אָפּ דעם מיטל־מיזרחדיקן רעצעפּט פֿונעם באַקאַנטן מין בעבלעך.
הרבֿ מענדל סודאַקעוויטש, וועלכער דינט ווי אַ ליובאַוויטשער שליח אין טאָקיאָ און האָט נישט לאַנג צוריק געעפֿנט בײַ זײַן בית־חב״ד דעם רעסטאָראַן „חנהס פּלאַץ‟, האָט דערקלערט, אַז בלויז גאָר אַ קליינע צאָל יחידים אין טאָקיאָ היטן כּשרות ווי געהעריק. כּדי אַזאַ אונטערנעמונג זאָל אויסנעמען, מוז מען צוציִען דעם ברייטן נישט־ייִדישן עולם. אין פֿאַרגלײַך מיט „טע־ים‟, וווּ עס הערשט די אַטמאָספֿער פֿון אַ טיפּישן תּל־אָבֿיבֿער באַר, קאָמבינירט דער ליובאַוויטשער רעסטאָראַן די טראַדיציאָנעלע אָרטיקע קיך מיטן מיטל־מיזרחדיקן טעם. „חנהס פּלאַץ‟ איז באַצירט מיט אַ קליינעם יאַפּאַנישן גאָרטן.
סודאַקעוויטש האָט דערציילט, אַז בײַ די יאַפּאַנער איז פֿאַרשפּרייט, ווען עס קומט צום עסן, אַ פּאַראַקאָסאַל געמיש פֿון נײַגער און טיפֿן קאָנסערוואַטיזם. כּדי צו באַקענען די תּושבֿים פֿון טאָקיאָ מיט אַ נײַעם מאכל, מוז מען עס פֿאָרלייגן אויף אַ כּמו־טראַדיציאָנעלן שטייגער.
רוי סומך, אַ 33־יאָריקער ישׂראלי, האָט אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר געעפֿנט זײַן צווייטן רעסטאָראַן אין סענדײַ. די דאָזיקע שטאָט געפֿינט זיך 220 מײַל אויף צפֿון פֿון טאָקיאָ. לויט זײַן שיטה, דאַרף מען שאַפֿן דווקא אַן „עקזאָטישע‟ מיטל־מיזרחדיקע אַטמאָספֿער, כּדי צוצוציִען די יאַפּאַנער. אין זײַנע רעסטאָראַנען הענגען ישׂראלדיקע, טערקישע און טוניסער פֿאָנען. מע קאָן דאָרטן אַ רייכער טאָן מיט אַן קאַליאַן און זיך צוהערן צו דער אַראַבישער מוזיק. סומך האָט איבערגעגעבן, אַז בערך 200 מענטשן באַזוכן זײַנע אונטערנעמונגען יעדן טאָג; 70 פּראָצענט פֿון זיי האָבן שוין פֿריִער געגעסן בײַ אים. דער בעל־הבית האָט צוגעגעבן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט דער טעלעוויזיע, וווּ דער מיטל־מיזרח ווערט אַסאָציִיִרט בלויז מיט טעראָריזם און באָמבעס, וויל ער באַקענען זײַנע קליענטן מיט דער לעבעדיקער מיטל־מיזרחדיקער קולטור.
אַזוי צי אַזוי, ווערט דער ישׂראלדיקער כומוס אַלץ פּאָפּולערער אין יאַפּאַן, הגם ס׳איז נישט גרינג זיך צו פֿאַרמעסטן אין אַ לאַנד, וווּ אַפֿילו די ביליקסטע פּראָדוקטן, ווי סומך האָט דערקלערט, מוזן שטימען מיט גאָר שטרענגע סטאַנדאַרטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.