מרים־חיה סגלס רעקאָרדירוג האָט „טויזנט טעמען‟

Miriam-Khaye Segal's "Toyznt tamen" is a Delight

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published March 11, 2015, issue of April 03, 2015.

פֿון ברײַטאָן־ביטש ביז
ביינברידזשיווקע
אויף דײַנע היימישע גאַסן
הערט מען נאָך דאָרט
אַ געשמאַק ייִדיש וואָרט
צווישן די ריזיקע מאַסן.
(פֿונעם ליד „ניו־יאָרק, ניו־יאָרק‟)

במשך פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק האָבן מיר, קיין עין־הרע, אַ גרעסערע צאָל קאָמפּאָזיטאָרן פֿון נײַע קלעזמערישע ניגונים אין עטלעכע לענדער. אָבער די צאָל שרײַבער פֿון אָריגינעלע ייִדישע לידער, נישט אַרײַנרעכנדיק די שאַפֿער אין דער חסידישער וועלט, קען מען ציילן אויף די פֿינגער. דערפֿאַר טוט אונדז הנאה, וואָס נאָך דעם ווי מיר האָבן שוין יאָרן געהערט אירע לידער אויף קאָנצערטן און פּראָגראַמען, האָט די זינגערין מרים־חיה סגל אַרויסגעגעבן אַ רעקאָרדירונג מיט אירע אייגענע און אַנדערע לידער, מיטן נאָמען „טויזנט טעמען‟.

אין דער הײַנטיקער ניו־יאָרקער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה איז סגל געוואָרן אַ פֿירנדיקע פּערזענלעכקייט — ווי אַ זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין; ווי אַן אַקטריסע מיט דער „פֿאָלקסבינע‟־טרופּע, און ווי אַ ביבליאָטעקערין אינעם ייִדישן אָפּטייל בײַ דער שטאָטישער ביבליאָטעק. ווי אַ זינגערין, האָט דער עולם, במשך פֿון יאָרן, געזען ווי פֿון אַ שוואַך קולכל האָט זיך אַנטוויקלט אַ שטאַרק קול, וואָס קען אויסטײַטשן סײַ טעאַטער־לידער, סײַ פֿאָלקסלידער מיט אַ ייִדישן קנייטש. ווי אַן אַקטריסע, האָט זי נישט בלויז געשפּילט טעאַטער, נאָר אויך געהאָלפֿן צו שרײַבן די לידער צו די פּיעסעס. עטלעכע פֿון די טעאַטער־לידער געפֿינען זיך אויף דעם קאָמפּאַקטל. ווי אַ ביבליאָטעקערין, אַרבעט זי אויף זעלעטענע ייִדישע זאַמלונגען, וואָס די ביבליאָטעק פֿאַרמאָגט, און לאָזט וויסן דעם ברייטערן עולם וועגן די אוצרות.

די מוזיקער, וועלכע באַגלייטן זי אויף „טויזנט טעמען‟, זענען צווישן די בעסטע קלעזמאָרים אין ניו־יאָרק: מײַקל ווינאָגראַד (קלאַרנעט), וואָס ער האָט אויך אַראַנזשירט די מוזיק; פּאַטריק פֿאַרעל (אַקאָרדעאָן); בענדזשי פֿאָקס־ראָזען (באַס); קאַרמען סטאַף (פּיאַנע), און אַלישאַ סוויגלס (פֿידל). אין די אַראַנזשירונגען האָט מען זיך גוט אַרײַנגעטראַכט, און ס’איז נישט גלאַט „אָפּגעשפּילט‟. ס׳איז כּדאַי זיך צוצוהערן צו יעדן ליד ווי אַ קליין מײַסטערווערק.

מרים־חיה סגל
מרים־חיה סגל

סגל איז אויך אַ זאַמלערין פֿון לידער, און האָט אַרײַנגענומען אינעם קאָמפּאַקט־דיסק אויך ווייניק־באַקאַנטע לידער. דאָס טשיקאַווע ליד „אַז די ייִדן וועלן פֿאָרן קיין ארץ־כּנען‟, האָט זי פֿאַרשריבן פֿון מאָטעק ווײַנריב אין פּוילן. פֿאַר וואָס טשיקאַווע? ווײַל עס איז געשריבן געוואָרן סײַ אין דער בדחנישער טראַדיציע פֿון מאַכן חוזק פֿון דער נײַער טעכנאָלאָגיע (אין דעם פֿאַל — די באַן), סײַ אין דער משׂכּילישער טראַדיציע פֿון מאַכן חוזק פֿון ייִדישע מידות:

בײַם פֿאָרן וועט די מאַשין בלאָזן מיט אַ שופֿר
און פֿאָרן וועט זי אַזוי גיך
ווי אַ פּערסישער לויפֿער
און אין יעדן אָפּטייל
וועט זײַן אַן אַפּטייק מיט אַ רופֿא
און די ייִדן וועלן קרעכצן אָן אַ מאָס
אוי, געוואַלד ווי דערלעבט מען דאָס!

דערצו טרײַבט מען קאַטאָוועס אינעם ליד מיט ציוניזם, ווי מע הערט אינעם אויסדרוק „ארץ־כּנען‟.

צווישן די אַנדערע לידער אויף דער רעקאָרדירונג פֿונעם פֿאָלקס־קוואַל געפֿינט מען שלמה פּריזאַמענטס „די אַפּיקורסים‟, וואָס שטאַמט פֿונעם סוף 19טן יאָרהונדערט. איך וויל נאָר באַמערקן איין זאַך וועגן דער פֿאָרשטעלונג פֿונעם ליד. אינעם רעפֿרען זינגט זיך:

פֿאָלגטס דײַטשן מיך
און ווערטס חסידים גיך.
טוטס אָן אַ יעדער
ייִדישע קליידער וועט איר אויסזען ווי אַ לײַט.

דער גראַם מיט „גיך‟ וואָלט לאָגיש געדאַרפֿט זײַן דעם באַליידיקנדיקן „רוח” (אַרויסגערעדט „ריך‟ אין דיאַלעקט). טאָ ווען מע זינגט די לעצטע שורה פֿונעם רעפֿרען וואָלט מען געדאַרפֿט מאַכן אַ פּויזע פֿאַרן וואָרט „לײַט‟, דער צוהערער זאָל גיכער כאַפּן און לאַכן, אַז מע מײַדט אויס בפֿירוש דאָס אַנדערע וואָרט.

פֿונעם רעפּערטואַר פֿון דער אַמאָליקער טעאַטער־וועלט זינגט סגל שלום סעקונדאַס „גיב מיר בעסאַראַביע‟ — איינע פֿון אַ סך מוזיקאַלישע רעאַקציעס אויפֿן פּאָפּולערן ליד „רומעניע, רומעניע‟; און פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסלידער־אוצר זינגט זי „אַ מיידעלע פֿון פּוילן‟ (די מאַמע קאָכט וואַרעניקעס) און „פֿאָרן פֿאָרסטו פֿון מיר אַוועק‟. נאָר, דער עיקר, זענען מרים־חיה סגלס אייגענע שאַפֿונגען, וועלכע דעקן אַ ברייטע טעמאַטיק: „ניו־יאָרק, ניו־יאָרק‟, (וואָס מע קען הערן בײַ דעם וועבזײַטל) //amks.bandcamp.com/releases און אויך אינטימע שטימונגען, ווי אין די לידער „שטיינער‟ און „די באַהאַלטענע ליבע‟; און פֿריילעכע הוליאַנקע־לידער ווי אין „גיכער, שוועסטער‟. פֿון סגלס טעאַטער־שאַפֿונגען קען מען דאָ הערן „זײַט באַגריסט‟, „דאָס טרינקען ליד‟ און „אסתּרס ליד‟ (פֿון דער פֿאָרשטעלונג „פּורים אין כעלם‟).

אין אַלע לידער האָט מען אַ פֿאַרגעניגן צו הערן איר קלאָרע, גוטע ייִדישע שפּראַך מיט אירע אָריגינעלע, שאַפֿערישע גראַמען. די ניו־יאָרקער ווייסן שוין לאַנג פֿונעם זעלטענעם טאַלאַנט — מרים־חיה סגל, און מיטן נײַעם קאָמפּאַקטל „טויזנט טעמען‟ וועט די גאַנצע וועלט זיך באַקענען מיט איר שאַפֿערישקייט.