באָלדער, קאָלאָראַדאָ. — אויפֿן פֿאַרגעלטן דאָקומענט קען מען גלײַך זען די אונטערשריפֿט: רודאָלף העס, דער נאַצי וואָס האָט געדינט ווי היטלערס פֿאַרטרעטער פֿון 1933 ביז 1941. דער 70־יאָריקער דאָקומענט איז אַ פֿאַרטיידיקונג פֿון זײַן קאָלעגע, הערמאַן גערינג, בשעת דעם נירענבערג־פּראָצעס גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דער דאָקומענט איז איינער פֿון 500,000 חפֿצים און 20,000 ביכער, וואָס מע האָט פֿאַראַיאָרן געשאָנקען דעם קאָלאָראַדאָ־אוניווערסיטעט אין דער שטאָט באָלדער — איינער פֿון די גרעסטע חורבן־זאַמלונגען אין פּריוואַטע הענט. עס נעמט אַרײַן לופֿטבילדער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו, צעברעקלענדיקע עקזעמפּלאַרן פֿון דער נאַציסטישער צײַטונג „דער שטורמער‟ און אָן אַ שיעור פּאַמפֿלעטן וואָס לייקענען דעם חורבן.
„מיר ווייסן אַפֿילו נאָך נישט וואָס מיר האָבן דאָ,‟ האָט באַמערקט דוד שניר, דער דירעקטאָר פֿון ייִדישע שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט. „אַ מאַנשאַפֿט פֿון סטודענטן האַלטן איצט אין אָרגאַניזירן אַלץ ביזן האַרבסט.‟
די זאַמלונג איז דאָס לעבנס־דערגרייכונג פֿון האַרי מזל, אַ געשעפֿטסמאַן פֿון מעקסיקע, וועלכער איז דערצויגן געוואָרן אינעם קריסטלעכן גלויבן, אָבער האָט זיך דערוווּסט ווי אַ יונגערמאַן, אַז ער איז אַ ייִד. מזלס משפּחה האָט געהאַט אימיגרירט פֿון טערקײַ פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, און זײַן טאַטע האָט געהאַט אַ געלונגענעם געשעפֿט פֿון פֿרויען־אונטערוועש, וואָס זײַן זוט האָט געירשנט.
הגם מזל און זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן נישט דורכגעמאַכט דעם חורבן, איז ער געווען דערשטוינט צו זען ווי עס פֿאַרשפּרייטן זיך קלאַנגען, אַז דער גענאָציד קעגן די ייִדן איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה. אין די 1960ער יאָרן איז מזל געפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, און אָנגעהויבן זאַמלען דאָקומענטן און אַנדערע באַווײַזן וועגן די קאָנצענטראַציע־לאַגערן, די „לעצטגילטיקע לייזונג‟ און דעם מאָרד פֿון די 6 מיליאָן ייִדן.
ער האָט געקויפֿט זעלטענע חפֿצים אויף eBay; געזאַמלט יזכּור־ביכער, אָריגינעלע צייכענונגען פֿון די אומברענג־לאַגערן; לופֿט־פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די לאַגערן, אַראָפּגענומען פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטער; אַמעריקאַנער נאַציסטישע צײַטונגען פֿון די 1930ער און 1940ער; מאַטעריאַלן, פֿאַרבונדן מיטן אָנקלאָג אין ענגלאַנד מצד דעם חורבן־לייקענער דייוויד אירווינג קעגן דער ייִדישער היסטאָריקערין דבֿורה ליפּסטאַדט, און אַפֿילו עטלעכע ביין־פֿראַגמענטן, געפֿונען אין אוישוויץ. „באַקעמפֿן די חורבן־לייקענונג איז געוואָרן זײַן איינציקער ציל אין לעבן,‟ האָט זײַן טאָכטער, איימי מזל סקילין, געזאָגט דער ייִט״אַ.
אין די מיטן־1990ער איז אין מזלס הויז אין סאַן־אַנטאָניאָ, טעקסאַס, מער נישט געווען גענוג אָרט פֿאַר דער זאַמלונג, האָט ער צוגעבויט אַ געבײַדע, און דערנאָך אַ צווייטע געבײַדע. מיט דער צײַט האָט זײַן חורבן־ביבליאָטעק געהאַט אַ גרייס פֿון 3,000 קוואַדראַט־פֿוס.
נאָך דעם ווי מזל איז געשטאָרבן אין 2011, האָט די משפּחה געוואָלט פֿאַרקויפֿן דאָס הויז, אָבער נישט געוווּסט וואָס צו טאָן מיט דער ריזיקער חורבן־זאַמלונג, וואָס איר ווערט איז שוין געווען צווישן 1 מיליאָן און 1.5 מיליאָן דאָלאַר. ווען סקילין, וועלכע דערציט אירע אייגענע קינדער ווי ייִדן, האָט זיך איבערגעצויגן קיין באָלדער, האָט זי זיך באַקענט מיט שניר, וועלכער האָט פֿריִער געהאַט איבערגעפֿירט די זאַמלונג פֿון הרבֿ זלמן שעכטער־שלומי, דער טאַטע פֿון דער באַוועגונג Jewish Renewal, אינעם קאָלאָראַדאָ־אוניווערסיטעט.
שניר האָט מסכּים געווען אויך איבערצופֿירן מזלס זאַמלונג, און איצט האָרעווען די סטודענטן בײַם קאַטאַלאָגירן און דיגיטאַליזירן די זאַמלונג, וואָס דער אוניווערסיטעט האָפֿט צו מאַכן צוטריטלעך צו פֿאָרשער איבער דער וועלט, דורך דער אינטערנעץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.