נישט לאַנג צוריק האָב איך זיך צופֿעליק דערוווּסט, אַז אין פּאַריז, שוין נאָך דער טראַגעדיע פֿון Charlie Hebdo און דער כּשרער קראָם, האָט זיך באַוויזן אַ מעלדונג, וווּ שוואַרץ אויף ווײַס איז געווען אָנגעשריבן: „דער גרויסער פֿירמע NSL Studio פֿאָדערט זיך אַ דיזײַנער, געוווּנטשן נישט קיין ייִד‟.
אין שײַכות דערמיט האָב איך אַ טראַכט געטאָן, אַז גערעכט זײַנען די מענטשן, וואָס האַלטן, אַז פֿון דעם חורבן אייראָפּע האָט די וועלט ווייניק וואָס אָפּגעלערנט. הײַיאָר האָט מען בפֿירוש זייער ברייט אָפּגעמערקט דעם 70סטן יאָרצײַט פֿון באַפֿרײַען דעם טויט־לאַגער אין אוישוויץ. גראָד פֿאַר דער דאַטע האָב איך געדאַרפֿט זיך טרעפֿן אין בערלין מיט אַ דעפּוטאַט פֿון בונדעסטאַג. האָב איך אים אָנגעקלונגען פֿעסטצושטעלן די צײַט פֿון אונדזער באַגעגעניש. דער ענטפֿער איז געווען, אַז מיר וועלן מוזן אָפּלייגן אונדזער טרעפֿונג, מחמת דאָס יאָר איז געקומען זײַן ריי צו פֿאָרן קיין אוישוויץ. און ווײַטער ברענג איך זײַנען ווערטער בזה־הלשון: „אַוודאי, וועל איך מוזן גאַנצע צוויי טעג אָפּקומען פֿאַר גאָרנישט; דערצו נאָך, זיצן מיט אַ טרויעריקער צורה. קיין אַנדער ברירה האָב איך דאָך נישט — אַזוי פֿירט זיך עס!‟
יאָרן לאַנג האַלט מען אין איין אויסקלאָרן און דערווײַזן דעם אמת אַרום אוישוויץ און אַנדערע טויט־לאַגערן. ערשט לעצטנס האָט מאָסקווע כּלומרשט אַרויסגעבראַכט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט „נײַע דאָקומענטן‟, ביז איצט געהיימע, פֿאַרבונדן מיטן באַפֿרײַען אוישוויץ. לויט מײַן מיינונג, שטעקט דער אמת אין דעם, אַז דעם טויט־לאַגער אין אוישוויץ האָט קיינער בכלל נישט באַפֿרײַט… פּונקט אַזוי ווי קיינער האָט ספּעציעל און באַוווּסטזיניק נישט באַפֿרײַט קיין איין טויט־לאַגער אָדער געטאָ.
די סאָוועטישע אַרמיי האָט דעמאָלט געפֿירט בלוטיקע שלאַכטן אין דער ריכטונג פֿון דײַטשלאַנד און האָט אויפֿן וועגן זיך אָנגעשטויסן אין אַ ריזיקן לאַגער, וואָס וועגן זײַן עקזיסטענץ האָט קיינער נישט געהערט, און אַוודאי קיין אַנונג נישט געהאַט, וואָס עס איז דאָרטן פֿאָרגעקומען. און מע קאָן עס פֿאַרשטיין; די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט אין יענער צײַט ממש פֿאַרשוויגן און אויסגעמיטן צו רעדן וועגן דער שרעקלעכער טראַגעדיע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אויף די טעריטאָריעס פֿון די לענדער, וואָס די נאַציס האָבן אָקופּירט. ס‘איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז די דאָקומענטן פֿון באַפֿרײַען אוישוויץ זײַנען געלעגן פֿאַרשפּאַרט 70 יאָר אונטערן שטעמפּל „געהיים‟.
נישט צו חידושן זיך, אַז דער דיוויזיע־גענעראַל פּעטרענקאָ, וואָס זײַנע מיליטער־טיילן זײַנען די ערשטע צוגעקומען צום אוישוויץ־טויער, האָט זיך קודם פֿאַרבונדן מיטן פֿראָנט־קאָמאַנדיר, מאַרשאַל קאָניעוו, און געפֿרעגט אים, וואָס זאָל ער טאָן מיט דעם לאַגער? ס‘איז נישט קלאָר, צי דער מאַרשאַל קאָניעוו האָט זיך, פֿון זײַן זײַט, פֿאַרבונדן מיט מאָסקווע. וואָס איז יאָ זיכער, אַז קיין גרויסן רעש און שטאָלץ פֿון ראַטעווען די קאַצעטלער, וואָס זענען דאָרט געבליבן, האָט מאָסקווע נישט געמאַכט. קיין סאַלוטן־שיסערײַ האָט מען נישט געהערט.
צוריק גערעדט, ווען מאָסקווע וואָלט אויף דער באַפֿרײַונג רעאַגירט אַנדערש, וואָלט עס געקומען אין סתּירה מיט אירע אייגענע פּרינציפּן, דהײַנו: צו פֿאַרשווײַגן די סכּנה פֿאַר די ייִדן, וואָס קומט אַרויס פֿון היטלערס דײַטשלאַנד. אַזאַ באַוווּסטזיניק פֿאַרשווײַגעניש האָט געבראַכט דערצו, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין די מערבֿ־געביטן איז געלאָזט געוואָרן אויף הפֿקר; אָנשטאָט צו ראַטעווען די דאָרטיקע ייִדן, האָט מען עקסטרע עוואַקויִרט די פּאַרטײ־פֿירערשאַפֿט, זייערע משפּחות, טורמעס, אַרכיוון וכּדומה. וויפֿל ייִדן וואָלטן געקאָנט בלײַבן בײַם לעבן, ווען סטאַלין וואָלט באַפֿוילן זיי אַרויסצופֿירן פֿון די באַלטישע לענדער, מערבֿ־אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאַוויע…
איז פֿאַר וואָס זשע נישט אַרויסזאָגן דעם אמת הײַנט, נאָך 70 יאָר?! בעטן מחילה.
פֿאַר וואָס זאָל דער פּוילישער פּרעזידענט, קאָמאַראָווסקי, אויך נישט זאָגן דעם אמת וועגן דעם, ווי די פּאָליאַקן פֿלעגן אומברחמנותדיק הרגענען זייערע ייִדישע שכנים און די „געקומענע ייִדן‟? זאָגן עס און בעטן מחילה.
פֿאַר וואָס דערציילן נישט וועגן די חטאים פֿון זייערע פֿעלקער די פּרעזידענטן פֿון אוקראַיִנע, ליטע, כאָרוואַטיע, אונגערן? דערציילן און בעטן מחילה. דאָס זעלבע וואָלטן אויך געקאָנט טאָן די פֿאָרשטייער פֿון פֿראַנקרײַך, שווײץ, שוועדן! נישט אָן זינד זײַנען געבליבן די דעמאָלטיקע רעגירער פֿון ענגלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן… עס בלײַבט דאָך נישט פֿאַרענטפֿערט ביז הײַנט די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָבן די אַמעריקאַנער און ענגלישע מיליטער־עראָפּלאַנען נישט באָמבאַרדירט די אײַזנבאַן־ליניעס, וועלכע האָבן געפֿירט צום טויט־לאַגער אין אוישוויץ, נישט געקוקט אויף די כּסדרדיקע ביטעס? אין דער זעלבער צײַט האָבן טויזנטער באָמבעס ממש אָפּגעווישט פֿון דער ערד די דײַטשישע שטעט — אָן אַ ספּעציעלער נויט אין דעם, ווײַל ס׳איז שוין קלאָר געווען, אַז דײַטשלאַנד האָט די מלחמה פֿאַרשפּילט. ווי אומיסטן עס געטאָן, אַז די דײַטשן זאָלן קאָנען ווײַטער צושטעלן אין טויט־לאַגער פֿרישע קרבנות. טויזנטער און טויזנטער ייִדן וואָלטן דאָך געבליבן לעבן…
אַזוי אַז מע קאָן הײַנט זיכער זאָגן, אַז קיין איין רעגירונג, קיין איין פּאָליטישע, רעליגיעזע און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציע אין אייראָפּע האָט נישט געפּרוּווט ספּעציעל און באַוווּסטזיניק כאָטש לײַכטער מאַכן דעם גורל פֿון ייִדן.
יאָ, עס זײַנען אַוודאי געווען העלדן־יחידים, וועלכע פֿלעגן זיך אײַנשטעלן דאָס לעבן צו ראַטעווען אַ ייִד, אַ ייִדישע משפּחה, ייִדישע קינדער… און נאָך: דער ייִדישער חורבן אייראָפּע האָט זיך אָנגעהויבן נישט פֿון די קאָנצענטראַציע־לאַגערן און גאַז־קאַמערן; די גרויסע טראַגעדיע האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אין 1920־1930ער יאָרן, ווען די ייִדן זײַנען דיסקרימינירט געוואָרן — פּאָליטיש, עקאָנאָמיש, קולטורעל — און אַרויסגעשטעלט געוואָרן איבער גאַנץ אייראָפּע אויף חוזק און בושה. נאָך דעם איז שוין גרינגער און לאָגישער געווען מיט זיי אָפּצוטאָן דאָס, וואָס ס‘איז אָפּגעטאָן געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.