שוואַרצע קאָנגרעס־לײַט — קעגן נתניהו, אָבער פֿאַר ישׂראל

Black Lawmakers Stand With Israel While Boycotting Netanyahu

דזשאָן לויִס, דער דריטער פֿון רעכטס, צווישן די אַנדערע פֿאָרשטייער פֿונעם שוואַרצן קאָנגרעס־בלאָק
Getty Images
דזשאָן לויִס, דער דריטער פֿון רעכטס, צווישן די אַנדערע פֿאָרשטייער פֿונעם שוואַרצן קאָנגרעס־בלאָק

פֿון ראָן קאַמפּעאַס (ייִט״אַ)

Published March 12, 2015, issue of April 03, 2015.

נישט צום ערשטן מאָל האָט דזשאָן לויִס, אַ דעמאָקראַטישער פֿאָרשטייער פֿונעם שטאַט דזשאָרדזשיע אינעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז בײַם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, דערמאָנט די תּקופֿה, ווען די ייִדן און אַפֿראָ־אַמעריקאַנער האָבן געקעמפֿט צוזאַמען פֿאַר די בירגערלעכע רעכט. דער קאָנגרעס־מאַן אַליין איז אַ באַקאַנטער וועטעראַן פֿונעם דאָזיקן קאַמף. דאָס מאָל, האָט לויִס אָבער דערמאָנט די היסטאָרישע פֿאַרבינדונג צווישן דער ייִדישער און שוואַרצער קהילה, כּדי צו דערקלערן, פֿאַרוואָס ער האָט נישט געוואָלט קומען אויסצוהערן בנימין נתניהוס אויפֿטריט.

דעם 3טן מאַרץ, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, ווען אַ צאָל דעמאָקראַטישע פּאָליטיקער האָט דערקלערט, פֿאַרוואָס זיי האָבן בויקאָטירט נתניהוס רעדע, האָט לויִס באַטאָנט, אַז אַ סך מאָל האָבן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער זיך סאָלידאַריזירט מיט ייִדן, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן די דעמאָקראַטישע ווערטן, גלײַכקייט און יושר אינעם לאַנד. אַזוי ווי אַ סך פֿון די 60 אַנדערע געזעצגעבער, וועלכע האָבן באַשלאָסן זיך נישט באַווײַזן בעת דעם אויפֿטריט פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, האָט דער קאָנגרעס־פֿאָרשטייער געטענהט, אַז דזשאָן ביינערס איניציאַטיוו צו פֿאַרבעטן נתניהו איז געווען אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער רעפּובליקאַנער קונץ.

הגם לויִס שטיצט ישׂראל, מיינט ער, אַז דער ספּיקער, וועלכער האָט פֿאַרבעטן נתניהו אויפֿצוטרעטן קעגן דעם פּרעזידענט אָבאַמאַס פּלאַן פֿון פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן, דווקא קאַליע געמאַכט די אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקע באַציִונגען. מער ווי אַ דריטל פֿון די געזעצגעבער, וועלכע האָבן בויקאָטירט נתניהוס רעדע, זענען געווען 21 פֿאָרשטייער פֿונעם שוואַרצן קאָנגרעס־בלאָק, וואָס באַשטייט פֿון 42 מיטגלידער. ס׳רובֿ פֿון זיי האָט דערקלערט, אַז אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק איז פֿאַראַן אַ טראַדיציע צו שטיצן ישׂראל בשותּפֿות מצד ביידע פּאַרטייען. ביינער האָט די דאָזיקע טראַדיציע געבראָכן.

אַ טייל אַנדערע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קאָנגרעס־לײַט האָבן אָבער דערקלערט נאָך אַ סיבה פֿון זייער בויקאָט. לויט זייער מיינונג, איז ביינערס איניציאַטיוו געווען אומדרך־ארצדיק לגבי דעם ערשטן שוואַרצן פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַזוי צי אַזוי, האָבן די מיטגלידער פֿונעם שוואַרצן בלאָק עטלעכע מאָל קלאָר באַטאָנט, אַז יעדער פֿון זיי האָט אומאָפּהענגיק באַשלאָסן צו בויקאָטירן נתניהוס אויפֿטריט, און אַז זייער באַשלוס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט די באַציִונגען צווישן דעם ייִדישן און שוואַרצן ציבור, אָדער מיט זייער אַלגעמיינער שטיצע פֿון ישׂראל.

נאָך די 1960ער יאָרן, ווען ייִדן און אַפֿראָ־אַמעריקאַנער זענען געוואָרן פֿעסטע פּאָליטישע שותּפֿים, זענען די באַציִונגען צווישן אָט־די גרופּעס קאַליע געוואָרן. איין סיבה איז געווען די פּריווילעגיעס לטובֿת די שוואַרצע, וואָס מע האָט אײַנגעפֿירט, כּדי אָפּצושאַפֿן די עפֿעקטן פֿון ראַסיסטישע רדיפֿות. די שטיצע פֿון ישׂראל האָט אויך אַרויסגערופֿן אַ געוויסע קאָנטראָווערסיע, ווי אויך די אַנטיסעמיטישע טעטיקייט פֿון אַזעלכע שוואַרצע טוער, ווי דזשעס זשעקסאָן און לויִס פֿאַראַקאַן.

אין די לעצטע יאָרן, שטרעבט מען צו פֿאַרבעסערן ווידער די ייִדיש־שוואַרצע באַציִונגען, אויפֿן סמך פֿונעם אַמאָליקן געראַנגל פֿאַר די בירגערלעכע רעכט. לויִס, וועלכער האָט מיט 50 יאָר צוריק געליטן פֿון אַכזריותדיקע פּאָליציי־קלעפּ, ווען ער האָט מאַרשירט אויף אַ פּראָטעסט צוזאַמען מיט מאַרטין לוטער קינג אין דער שטאָט סעלמאַ, האָט אין יענער תּקופֿה באַטאָנט, אַז ער פֿאַרשטייט די ייִדן און גלייבט, אַז צווישן די צוויי באַפֿעלקערונג־גרופּעס דאַרף נישט זײַן קיין מחלוקת.