די מענטשן, וואָס באַפֿעלקערן די אַקאַדעמישע וועלט, האָבן פֿאַרשיידענע סטראַטעגיעס לגבי שרײַבן רעצענזיעס. אייניקע שרײַבן זיי אין גאַנצן ניט. עס זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס שרײַבן נאָר גוטע רעצענזיעס, לויב־געזאַנגען. איך געהער ניט צו דעם זגאַל פֿון „גוטינקע‟, אָבער אַפֿילו ווי אַ „רשע‟ האָב איך אויך פּרינציפּן. אַ שטייגער, איך שרײַב ניט קיין נעגאַטיווע רעצענזיעס וועגן ביכער, וואָס איך באַקום ווי אַ מתּנה. טאָמער געפֿעלט מיר ניט אַ מתּנה, מאַך איך פּשוט אַ שווײַג.
אין דעם פֿאַל פֿון חסיה דײַנערס בוך Roads Taken: The Great Jewish Migration to the New World and the Peddlers Who Forged the Way („גייענדיק מיט וועגן: די גרויסע ייִדישע מיגראַציעס אין דער נײַער וועלט און די פּעדלער וואָס האָבן דעם וועגן דורכגעלייגט‟). האָב איך קיין שום גרונד ניט צו שווײַגן. דאָס בוך איז ניט נאָר טיף אויסגעפֿאָרשט, נאָר עס איז אויך זייער גוט אָנגעשריבן — אַ מעלה, וואָס עפֿנט די טיר צו דער פֿאָרשונג אויך פֿאַרן ניט־אַקאַדעמישן עולם. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די אַקאַדעמיקער קענען ניט בלויז נוצן די מאָנאָגראַפֿיע, נאָר אויך האָבן הנאה פֿון לייענען זי.
וואָס מע זעט, ווען מע קוקט אויף די פּאָליצעס, אויסגעטיילט אין ביכער־געשעפֿטן פֿאַר ייִדישער געשיכטע? קודם־כּל, כּלערליי אָפּהאַנדלונגען וועגן דעם חורבן. אויפֿן צווייטן אָרט איז, בדרך־כּלל, די געשיכטע פֿון ישׂראל. ביאָגראַפֿיעס פֿון „וויכטיקע לײַט‟ באַווײַזן זיך אויך אויף אָט די פּאָליצעס, דער ר’ ישׂראל איז מער פּאָפּולער איידער דער כּלל־ישׂראל.
ביכער וועגן סאָציאַלער געשיכטע זײַנען זעלטענע געסט, און דאָס איז ניט ווײַל די ביכער־הענדלער ווילן ניט פֿאַרקויפֿן אַזאַ סחורה. די סיבה איז גאָר אַן אַנדערע: מע שרײַבט זייער זעלטן וועגן אַזעלכע זאַכן. מע קען ניט זאָגן, אַז ס’איז באמת אַ סך אויסגעפֿאָרשט און אָנגעשריבן געוואָרן, למשל, וועגן ייִדן אין דער קליידער־אינדוסטריע, און דאָס וואָס איז יאָ פֿאַראַן, האָט אָפֿט מאָל מער אַ שײַכות צו דער געשיכטע פֿון דער אַרבעטער־באַוועגונג. מיט ליכט דאַרף מען זוכן עפּעס וועגן ייִדישע גאַרבערס, כאָטש דאָס איז געווען זייער אַ פֿאַרשפּרייטע ייִדישע באַשעפֿטיקונג אין פֿאַרשיידענע לענדער.
און וועגן פּעדלערס האָבן מיר אויך געהערט עפּעס דאָ און דאָרטן, אָבער חסיה דײַנער האָט גענומען און צום ערשטן מאָל געשאַפֿן אַ פּרטימדיק בילד פֿון דער דאָזיקער באַשעפֿטיקונג, וועלכע איז געווען, געוויינטלעך, ניט זייער שטאַרק פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, אָבער געוואָרן ממש אַ ייִדישע פֿאַך אין די לענדער פֿון ייִדישער אימיגראַציע, אין דער נײַער ייִדישער וועלט, וועלכע איז ניט שטענדיק צונויפֿגעפֿאַלן מיט דעם וואָס מע פֿאַרשטייט בדרך־כּלל, ווען מע נוצט דעם דאָזיקן באַגריף — „די נײַע וועלט‟. פֿאַר אַ היפּשער צאָל ייִדן איז די נײַע וועלט געווען אויך אין דער „אַלטער וועלט‟, למשל, אין גרויס־בריטאַניע, אירלאַנד און שוועדן. בכלל, „גייענדיק מיט וועגן‟ איז ניט באַגרענעצט מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די געאָגראַפֿיע פֿונעם אַנאַליז איז זייער אַ ברייטע, די רייד גייט סײַ וועגן אַשכּנזים, סײַ ספֿרדים.
חסיה דײַנער באַשרײַבט מיט אַלע פּישטשעווקעס פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער עצם־„טעכנאָלאָגיע‟ פֿון פּעדלערײַ: ווי אַזוי די אימיגראַנטן פֿלעגט אָנהייבן דאָס געשעפֿט? וווּ זיי פֿלעגן נעמען די סחורה און וועלכע סחורה? ווער פֿלעגט זיי אויסטיילן די „מדינה‟ — דאָס הייסט, די טעריטאָריע פֿאַר זייער פּעדלערישער וואַנדערונג?..
באַזונדערס אַ סך אָרט איז אויסגעטיילט געוואָרן דער באַציִונג צווישן די פּעדלערס און דער היגער באַפֿעלקערונג, דער עיקר, פֿרויען, וועלכע זײַנען געווען די הויפּט־קונים פֿאַר די מציאות, וואָס דער ייִד האָט געשלעפּט אויף זײַנע פּלייצעס אָדער — אַ בעסער אויסגעשטאַטער — געפֿירט אין זײַן וואָגן. גאַנץ אָפֿט פֿלעגט דער פּעדלער זיך אָפּשטעלן בײַ זײַנע קונים. ביידע צדדים האָבן זיך צוגעקוקט איינער צום אַנדערן. צומאָל האָט געקענט זיך צעברענען אַ ליבע צווישן דעם ייִדן און דער קריסטלעכער באַלעבאָסטע. מיט אַ ליבע צי אָן אַ ליבע פֿלעגט אויפֿקומען די פֿראַגע, וואָס דער גאַסט איז געווען גרייט צו נעמען אין מויל אַרײַן פֿון די מאכלים, מיט וועלכע די גאַסטגעבער האָבן אים מכבד געווען.
„גייענדיק מיט וועגן‟ אַנטפּלעקט די ביז גאָר וויכטיקע ראָליע פֿון פּעדלערײַ, דהײַנו: אַ דאַנק דער דאָזיקער באַשעפֿטיקונג, האָבן טויזנטער און טויזנטער ייִדן באַקומען אַ מעגלעכקייט זיך צו שטעלן (צו מאָל זייער פֿעסט) אויף די פֿיס אין די לענדער, וווּהין עס האָט זיי פֿאַרוואָרפֿן די אימיגראַנטישע דאָליע. פּעדלערס האָבן ניט נאָר פֿאַרדינט געלט, שאַפֿנדיק דערמיט אַ יסוד פֿאַר זייער ווײַטערדיקן לעבן; די באַשעפֿטיקונג האָט פֿון זיי געפֿאָדערט צו לערנען די שפּראַך — צי די שפּראַכן — פֿון זייערע קונים, און אַ טירל אין זייערע נשמות האָט עס געעפֿנט אויך.
בעת פּעדלערײַ האָט פֿאַר אימיגראַנטן געשאַפֿן אַ יסוד פֿאַר זייער אינטעגראַציע אין דער „נײַ־וועלטיקער‟ געזעלשאַפֿט, שאַפֿט חסיה דײַנערס נײַ בוך אַ יסוד און אַ מאָדעל פֿאַר ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.