עס האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז מיט צוויי טעג נאָכן פּרעזידענט אָבאַמאַס אויפֿטריט וועגן דעם פּלאַן צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט קובע, בין איך געווען אין האַוואַנע און געשמועסט דאָרטן מיטן אָרטיקן שוחט.
פֿאַר אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער ייִד, וואָס מיינט, אַז אין קובע איז נישטאָ קיין אַקטיוו ייִדיש לעבן, קלינגט עס, מסתּמא, ווי אַ וויץ. אין דער אמתן, וווינען אין קובע בערך 1,500 ייִדן, על־פּי־רובֿ אין דער הויפּטשטאָט. צוליב דער הויכער צאָל געמישטע חתונות איז אָבער שווער צו באַשטימען, וויפֿל מיטגלידער פֿון דער קהילה זענען טאַקע ייִדן על־פּי־הלכה. לויט דער „וויקיפּעדיע‟, וווינען דאָרטן, לכל־הפּחות, אַ האַלב טויזנט תּושבֿים, וואָס האָבן אַ ייִדישן טאַטן און אַ ייִדישע מאַמע. אַזוי צי אַזוי, זענען אינעם לאַנד פֿאַראַן עטלעכע שילן און אַן אָרטיקער שוחט באַזאָרגט די קהילה מיט כּשר פֿלייש.
פֿידעל קאַסטראָ, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער רעוואָלוציע אינעם יאָר 1959, האָט ביז די 1990ער יאָרן שטאַרק באַגרענעצט די רעכט פֿון רעליגיעזע קהילות אין קובע. פֿונדעסטוועגן, האָט דער דאָזיקער רעוואָלוציאָנער דווקא געשטיצט די כּשרע יאַטקע, אָנגעפֿירט דורך יעקבֿ בערעזניאַק ערנאַנדעז — דער ראָש פֿון דער איינציקער אָרטאָדאָקסישער שיל אין האַוואַנע, „עדת־ישׂראל‟.
בערעזניאַק האָט דערציילט, אַז אינעם יאָר 1962 האָט פֿידעל קאַסטראָ צוגעשיקט אים אַ ספּעציעלן בריוו, וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז זײַן שיל מעג בלײַבן אָפֿן און פֿירן ווײַטער די רעליגיעזע טעטיקייט. עס קאָן זײַן, אַז צוליב דעם, וואָס ס׳רובֿ ייִדן האָבן זיך איבערגעשראָקן נאָך דער רעוואָלוציע און זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם אינדזל, האָט דער רעוואָלוציאָנערער פֿירער באַשלאָסן ספּעציעל צו דערקלערן, אַז ער באַציט זיך גוט צו דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. דער היסטאָרישער בריוו ליגט נאָך אַלץ בײַם שוחט אין שטוב.
לויט די געזעצן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, טאָר מען נאָך אַלץ נישט באַזוכן קובע אָן אַ ספּעציעלער סיבה. איך בין געפֿאָרן ווי אַ טייל פֿונעם ייִדישן טור „שלום קובע‟. במשך פֿון מײַן וויזיט האָב איך פֿאַרבראַכט שבת אין דער שיל, געשמועסט מיטן שוחט, געפֿאָרן אויפֿן ייִדישן בית־עולם, וווּ עס שטייט אַ חורבן־מעמאָריאַל, און באַזוכט פֿאַרשיידענע היסטאָרישע ערטער. לויט די אַמעריקאַנער כּללים, האָט דער וועגווײַזער אונדז געוואָרנט, האָבן מיר געמוזט פֿאָלגן דעם באַשטימטן מאַרשרוט.
בערעזניאַק האָט מיר דערציילט, אַז יעדן חודש פֿאָרט ער איין מאָל אויף זײַן יאַטקע און שעכט דאָרטן בערך 60 קי. עס באַקומט זיך בערך 2,000 פֿונט פֿלייש. נישט אַלע ייִדן גלייבן אָבער, אַז זײַן שחיטה איז טאַקע כּשר; קיין אָפֿיציעלע השגחה האָט ער נישט. דאָס פֿלייש ווערט פֿאַרשפּרייט אומזיסט צווישן די מתפּללים פֿון די דרײַ האַוואַנער שילן. ער האָט צוגעגעבן, אַז אַ טייל מענטשן באַזוכט במשך פֿונעם זעלבן טאָג אַלע שילן — די רעפֿאָרמער, קאָנסערוואַטיווע און אָרטאָדאָקסישע — און פּאָסמאַקעווען זיך דאָרטן מיט די פֿליישיקע סעודות.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַן אויסלענדישער גאַסט קאָן נישט קויפֿן בערעזניאַקס פֿלייש פֿאַר געלט. די יאַטקע ווערט קאָנטראָלירט דורך דער קובאַנער רעגירונג, וואָס האָט באַשלאָסן, אַז דאָס פֿלייש געהערט דווקא צו דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. ווי באַלד די אַנדערע תּושבֿים באַקומען אומזיסטע פּאָרציעס פֿון חזיר־פֿלייש, האָט די מלוכה געגעבן די ייִדן אַ ספּעציעלע פּריווילעגיע, צו האַלטן אַ כּשרע יאַטקע.
אַדעלאַ דוואָרין, די סימפּאַטישע אָנפֿירערין פֿון דער קאָנסערוואַטיווער שיל „בית־שלום‟, האָט דערקלערט, אַז די קובאַנער רעגירונג אָנערקענט זי ווי אַ האַלב־אָפֿיציעלע פֿאָרשטייערין פֿון דער ייִדישער קהילה, וואָס באַגריסט די אויסלענדישע טוריסטן. זי האָט דערקלערט, אַז אין איר לאַנד פֿונקציאָנירט די סיסטעם פֿון פֿלייש־ראַציאָנען; ס׳זעט אויס, אַז זי איז צופֿרידן דערמיט. זי האָט באַמערקט, אַז די אָרטיקע ייִדן גרייטן די מאכלים אינעם „כּשרן סטיל‟, אָבער לאַוו־דווקא היטן זיי כּשרות כּהלכה. אויף טשיקאַוועס, האָב איך בײַ איר געפֿרעגט, צי איך קען קויפֿן בייגל ערגעץ אין האַוואַנע. דוואָרין האָט געגעבן אַ שמייכל און געענטפֿערט, אַז אין קובע מאַכט מען „זייער גוט ברויט, אָבער אָן לעכער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.