ווען צוויי ישׂראלדיקע קינסטלער, רותו מודן און ירמי פּינקוס, האָבן געגרינדעט אינעם יאָר 1995 זייער פֿאַרלאַג Actus Tragicus, האָט פּינקוס געהאָפֿט, אַז דאָס וועט העלפֿן צו געפֿינען לייענער פֿון זייערע קאָמיקס־ביכער אין אַנדערע לענדער. דער פֿאַרלאַג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט ביכער אויף ענגליש; בײַם אָנהייב, האָבן אַ סך ישׂראלים באַטראַכט אַזאַ טעטיקייט סנאָביש, אומפּאַטריאָטיש און אַפֿילו אַנטי־ציוניסטיש.
אין די ערשטער יאָרן פֿונעם נײַעם יאָרטויזנט, איז מודנס קאָמיקס־בוך Exit Wounds („פֿאַרוווּנדעט בײַם אַרויסגיין‟) געוואָרן פּאָפּולער אין דער וועלט. דאָס איז אַ ליבע־מעשׂה, וואָס דערציילט וועגן דעם רושם, וואָס די צווייטע אינטיפֿאַדע האָט איבערגעלאָזט אויף דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אינעם זעלבן פּעריאָד, האָט זי אַרויסגעגעבן דאָס גראַפֿישע בוך The Property („דאָס פֿאַרמעגן‟), וווּ עס גייט אַ רייד וועגן אַ יונגער פֿרוי, וואָס וווינט אין ישׂראל, וואָס פֿאָרט מיט איר באָבען קיין וואַרשע, כּדי צו באַקומען אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַרן נאַצי־קאָנפֿיסקירטן אייגנטום.
אין ישׂראל, וווּ דער זשאַנער פֿון קאָמיקס בלײַבט אומפּאָפּולער, איז די קינסטלערין כּמעט די איינציקע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אַזאַ קונסט אויף אַן אינדוסטריעלן אופֿן. נישט לאַנג צוריק, בעת דעם יערלעכן יריד פֿון ייִדישע ביכער אין לאָנדאָן, האָט זי דערציילט, אַז צום ערשטן מאָל האָט זי געשאַפֿן אַ קאָמיקס־ראָמאַן בעת דער יום־כּיפּור־מלחמה. דעמאָלט איז זי געווען אַ שול־תּלמידה פֿונעם צווייטן קלאַס און פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין אַ שפּיטאָל, וווּ ביידע אירע עלטערן האָבן געאַרבעט ווי דאָקטוירים. בעת דער מלחמה, האָבן זי סאָלדאַטן זיך אומגעקערט מיט די העליקאָפּטערס גלײַך אין דער געגנט, וווּ זי האָט געוווינט; איר בוך איז געווען פֿול מיט קינדערישע בילדער פֿון טויטע און פֿאַרוווּנדעטע מענטשן.
צוערשט, האָט זי פֿאָרגעלייגט אירע צייכענונגען די אָרטיקע ירושלימער צײַטונגען, וווּ די טראַדיציע פֿון קאָמיקס איז נישט געווען באַקאַנט. במשך פֿון אַ געוויסן פּעריאָד, פֿלעגן זי צייכענען אילוסטראַציעס פֿאַרן שרײַבער עטגאַר קרת. שפּעטער, האָט זי אָנגעהויבן פּובליקירן אייגענע ווערק.
פּינקוס איז מער באַקאַנט ווי אַ שרײַבער־פּראָזאַיִקער. ער איז אָבער אַן אילוסטראַטאָר, וועלכער פֿאַרעפֿנטלעכט צייכענונגען אין דער צײַטונג „ידיעות אַחרונות‟. לויט זײַנע ווערטער, זענען זײַנע צייכענונגען „נאָענט צו גראַפֿישער פּאָעזיע‟.
מודן האָט דערציילט, אַז אין ישׂראל איז פֿאַרשפּרייט אַ געוויסע טענדענץ, לויט וועלכער די געדאַנקען מוז אויסגעדריקט ווערן מיט ווערטער, נישט מיט צייכענונגען. זי איז זיך משער, אַז דאָס קאָן זײַן פֿאַרבונדן מיטן תּורה־פֿאַרבאָט קעגן סטאַטועס, און מיינט, אַז די אידעע פֿון ייִדישע קאָמיסקסן איז אַ מאָדערנער אָדער פּאָסטמאָדערנער פֿענאָמען.
שׂרה לײַטמאַן, די רעדאַקטאָרין פֿונעם בוך „גראַפֿישע פּרטים: ווידוי־קאָמיסקן פֿון ייִדישע פֿרויען‟, האַלט אָבער גאַנץ פֿאַרקערט. לויט איר מיינונג, איז אין דער תּורה און אין דער תּלמודישער ייִדישקייט פֿאַראַן אַ בולטע כּמו־גראַפֿישע טראַדיציע. די תּנ״כישע מעשׂיות אָדער די מסכתּות פֿון גמרא פּאַסט זיך נאַטירלעך אַרײַן אין אַ קאָמיקס־בוך.
אַזוי צי אַזוי, ווערט דער דאָזיקער זשאַנער, צו ביסלעך, אָנגענומען אין ישׂראל. מודן און פּינקוס האָבן באַמערקט, אַז דערווײַל האָט זיך נישט געשאַפֿן קיין באַזונדערער ישׂראלדיקער סטיל פֿון אַזאַ קונסט. פֿאַר זיי איז עס דווקא אַ מעלה, ווײַל זיי קאָנען עקספּערימענטירן און צייכענען, וואָס מע וויל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.