ס’איז נאָר וואָס דערגאַנגען צו מיר די ווילדע ידיעה, אַז מ’האָט גוזר געווען אויף די ייִדישע ביכער אין דער תּל־אָבֿיבֿער שטאָט־ביבליאָטעק און זיי אַרויסגעטריבן פֿון זייער תּחום־המושבֿ אין ישׂראל. עס קען געמאָלט זײַן, אַז מ’האָט מיך אָנגעקוקט ווי משוגע, ווען איך האָב אַמאָל געשריבן, אַז די ישׂראלים זײַנען נישט קיין ייִדן; אַ פֿאָלק וואָס האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון אונדזער צוויי טויזנט־יעריקער געשיכטע, פֿון אונדזער ייִדישער קולטור, שפּראַך, און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן עם־זר.
כ’האָב שוין געשריבן וועגן אונדזער באַזעצן זיך אין ישׂראל, ווען די שכנטע איז געקומען מיט אַ בוקעט בלומען אונדז צו באַגריסן און אונדז אָנגעזאָגט די גוטע בשׂורה אויף עבֿרית:
“ברוכים־הבאים, דאָ דאַרפֿט איר שוין מער נישט זײַן קיין ייִדן, דאָ וועט איר שוין קענען זײַן ישׂראלים.”
פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב מיט דער שכנטע שוין מער נישט געהאַט קיין משׂא־ומתן אין די צען יאָר וואָס מיר האָבן אָפּגעלעבט אין ישׂראל, וווּ איך האָב זיך אָנגעשטויסן אין זייער פֿאַרגליווערטער אידעאָלאָגיע, וואָס האָט אונדז קיין נחת נישט געבראַכט.
ווען איך האָב געלערנט לערער פֿון דער גאַנצער וועלט ייִדישע פּעדאַגאָגיע, אינעם אוניווערסיטעט פֿון ווילנע מיט אַ צײַט צוריק, האָט מיך פֿיראַ בראַמסאָן, די אויפֿפּאַסערין פֿון די ייִדישע ביכער און חפֿצים אינעם ווילנער מאָנאָסטיר, דערציילט ווי מע האָט די ביכער אויסגעראַטעוועט פֿון דער דײַטשער און רוסישער אינוואַזיע, צווישן זיי — ייִדישע ביכער, ספֿרים און ספֿר־תּורות, וועלכע האָבן, נעבעך, געפֿונען זייער מקום־מקלט אין אַ קריסטלעכן מאָנאַסטיר אין ווילנע. די ביכער, צוזאַמען מיט די ספֿרים און ספֿר־תּורות האָבן געפֿוילט אויף די פּאָליצעס בײַ די שׂונאי־ישׂראל, די ליטווינער; אָבער בראַמסאָן, אַ געראַטעוועטע פֿונעם חורבן, האָט געהאַלטן אַן אויג אויף די ביכער מיט גרויס אָפּגעהיטנקייט.
הײַנט ווײַזט זיך אַרויס, אַז די ערשטע העברעיִשע שטאָט, נישט קיין ייִדישע שטאָט, חלילה, אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט אַרויסגעשמיסן די ייִדישע ביכער ווי עס האָבן עס געטאָן אונדזערע שׂונאים. און רעדנדיק וועגן שׂונאים, שטעלט אײַך פֿאָר, ווער איז געקומען צו ראַטעווען די ייִדישע ביכער אין ישׂראל? נישט קיין אַנדערער ווי טאָמאַס קלײַנער, דער דײַטשער פּראָטעסטאַנטישער גלח פֿון דוסלדאָרף. ער איז געקומען צו פֿליִען קיין ישׂראל מיט ליידיקע טשעמאָדאַנען צו ראַטעווען די ייִדישע ביכער.
וואָס אַן אמת זאָגט ער, אַז ייִדיש איז אַן אָפּשטאַרבנדיקע שפּראַך… וואָלט איך אים געפֿרעגט: ווער האָט אויסגעהרגעט דאָס ייִדישע לשון, די שפּראַך פֿון די קדושים, אויב נישט דאָס דײַטשע פֿאָלק? מיט היטלערן בראָש; און אין סאָוועטן־לאַנד, אויפֿן באַפֿעל פֿון סטאַלינען, און איך וועל זיך דאָ נישט אַרײַנלאָזן אין די אַרומיקע פֿעלקער, וואָס האָבן געהאַט אַ האַנט אין אונדזער אומקום.
און ווײַטער זאָגט דער דײַטשער גלח:
“ס’איז ממש אַ בריק צווישן דעם ייִדישן און דײַטשן פֿאָלק, מיר האָבן אַזוי פֿיל געמיינזאַמס…” ס’איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז ס’איז אַ צעבראָכענע בריק…
סײַ די ביבליאָטעקאַרין פֿון דער שטאָט־ביבליאָטעק אין תּל־אָבֿיבֿ, פרוי פּאָזנער, סײַ די דירעקטאָרין פֿון בית־אריאלה, האָבן דערקלערט, אַז עס פֿעלט אויס אין דער ביבליאָטעק אָרט, מוזן זיי פּטור ווערן פֿון די פֿינף טויזנט ייִדישע ביכער, וואָס וואַלגערן זיך אַרום אין די קעלער, אויף צו מאַכן פּלאַץ פֿאַר פֿראַנצייזישע, רוסישע און אַראַבישע ביכער. דערווײַל פֿוילן די ייִדישע ביכער אין צעקנאָדערטע קעסטלעך אין שמוץ און אין פּאָרעך… בעת ס’קומט מיר אין זינען דער געדאַנק, אויך אין אַש פֿון די קדושים.
איך דערמאָן זיך אין אַ משל, וואָס ר’ דודל דער ריזשינער האָט דערציילט זײַנע חסידים, נעמלעך, אַז “געלט איז בלאָטע”.
ס’איז געווען אַמאָל אַ גרויסער גבֿיר, וועלכער האָט געוווינט אין אַ גבֿיריש הויז, וואָס איז תּמיד געווען ריין און ציכטיק, מיט בלישטשענדיקע דילן און מיט טעפּעכער אין יעדן צימער, מיט די רײַכסטע קאָטשן און פֿערד, מיט די בעסטע מאכלים, באַדינער, וואָס זײַנען אים געווען אונטערטעניק און האָבן זיך באַגריסט אויף מה־יפֿיתדיק לשון, ממש ס’גן־עדן אויף דער וועלט.
איז אַמאָל אָנגעקומען אַ באַרימטער רבי אין שטאָט, האָט דער גבֿיר אים גלײַך פֿאַרבעטן צו זיך אין זײַן זויבער, גערוימטער קאַמעניצע אויף שבת. איז דער רבי אָנגעקומען מיט אַ שלל פֿון זײַנע חסידים, און די חבֿרה חסידים האָבן אַרײַנגעברענגט אין די ציכטיקע האַלעס אַ בלאָטע, געטאָפּטשעט מיט זייערע פֿאַרבלאָטיקטע שטיוול אויף די עקסקלוסיווע טעפּעכער, זיך גענומען פֿילן היימיש מיטן גבֿירס מאכלים… געזונגען און געטאַנצט און זיך משׂמח געווען מיטן רבין אויף וואָס די וועלט שטייט.
איז דער גבֿיר געוואָרן אש־להבה, ס’איז אים ממש געוואָרן ענג אין מוח. אַזאַ חוצפּה פֿון די חסידים, מ’האָט אים געשטערט דעם אײַנגעשטעלטן סדר אין זײַן גבֿיריש הויז, איז ער פֿאַר צרות לא עליכם ניפֿטר געוואָרן. קומט ער אין הימל. הכּלל, מען האָט אויף אים געפֿונען גענוג חטאים, האָט מען זיי אַרויפֿגעלייגט אויף איין וואָגשאָל, און די צווייטע איז געבליבן ליידיק. איז באַלד קלאָר געוואָרן, אַז דער גבֿיר, רחמנא לצלן, האָט נעבעך נישט וואָס צו פֿאַרקויפֿן די הימלישע כּוחות.
איז אָבער גלײַך אונטערגעקומען אַ גוט מלאכל און זיך אײַנגעשטעלט פֿאַרן גבֿיר, אַזוי צו זאָגן:
“וואַרט נאָך אַ טשוטקעלע צו מיט אײַער פּסק־דין, חשובֿער בית־דין של מעלה, וואַרפֿט אים נאָך נישט אַרויס, איך וועל אַרויפֿלייגן אויף דער וואָגשאָל די בלאָטע, וואָס די חסידים האָבן אַרײַנגעטאָפּטשעט אין גבֿירס טעפּעכער, ער פֿאַרדינט זיך נאָך נישט דאָס גיהנום!!!
דערווײַל האָבן די חסידים געזונגען און געטאַנצט און משׂמח געווען. זאָגט דאָס מלאכל, וועל איך ברענגען זייערע ניגונים און זייערע ריקודים, זייערע חכמות און זייער פֿרייד און זיי אַרויפֿלייגן אויף דער צווייטער וואָגשאָל…
און וואָס מיינט איר איז געשען? די וואָגשאָל האָט איבערגעווויגן דעם גבֿירס חסרונות, מיט זײַן האָב און גוטס. און דער ריזשינער האָט פֿאַרענדיקט:
“הײַנט זעט איר שוין, ס’איז ייִדישע בלאָטע, זי איז טײַערער פֿון גאָלד. לאָמיר זיך נישט אַזוי שנעל וואַרפֿן מיט איר, ווײַל אין דער בלאָטע געפֿינט מען אוצרות פֿון אונדזער ייִדישער וועלט, אונדזער האָב און גוטס און ,דער עיקר, אונדזער אויסדויער און אונדזער קיום.”
מיר ייִדן האָבן אַ נטיעה צו בויען און צו פֿאַרניכטן, צו שאַפֿן און צו צעשטערן, אויפֿצושטעלן און צו מאַכן אַש און בלאָטע דערפֿון… הײַנט שמײַסט מען ייִדישע ביכער, מאָרגן וועט מען אויסמעקן די געשיכטע פֿון אונדזער קיום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.