אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור, זעט מען הײַנט אַלץ ווייניקער די אַמאָליקע ייִדישע מאכלים בײַ אונדז אין אַמעריקע. אין 1931 זענען בלויז אין שטאָט ניו־יאָרק געווען מער ווי 2,500 ייִדישע דעקליקאַטעס־געשעפֿטן, און 150 מילכיקע רעסטאָראַנען; הײַנט זענען דאָ בלויז אַרום 21 „דעליס‟. דער נײַער פֿילם „דעלי־מאַן‟ פֿון עריק גרינבערג אַנדזשו, וואָס מע האָט לעצטנס אָנגעהויבן ווײַזן איבער גאַנץ אַמעריקע, גיט איבער די געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער־ייִדישן „דעלי‟ בכלל און בפֿרט, וועגן דעם לעבן פֿונעם „דעלי־מאַן‟ — זיגי גרובער, וואָס פּרובירט ממשיך צו זײַן די „דעלי‟־טראַדיציע.
גרובער, אַ ניו־יאָריקער ייִד אין זײַנע 40ער יאָרן, וווינט שוין יאָרן לאַנג אין היוסטן, טעקסאַס, וווּ ער פֿירט אָן 15 יאָר מיט זײַן רעסטאָראַן „קעני און זיגיס ניו־יאָריקער דעליקאַטעסן‟. ער איז ממש אויפֿגעוואַקסן אין דער „דעלי‟־אינדוסטריע. „ווי אַזוי האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן אין ׳דעליס׳?‟ האָט ער איבערגעחזרט די פֿראַגע בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „נו, צו אַכט יאָר האָט מײַן זיידע מיר געגעבן אַ פֿאַרטעך און געזאָגט ׳קום מיט מיר. ס׳איז שוין צײַט צו מאַכן אַ לעבן!׳ און מע האָט מיך אויסגעלערנט, ווי אַזוי צו קאָכן ייִדישע מאכלים און דעלי־קאָכערײַ‟.
זיגי גרובער האָט אַ חשובֿן ייִחוס אין דער „דעלי‟־וועלט. זײַן משפּחה באַשטייט פֿון דרײַ דורות „דעלי־מענער‟. זײַן זיידע, מאַקס, איז געקומען קיין אַמעריקע פֿון בודאַפּעשט צו 16 יאָר און האָט באַלד אָנגעהויבן אַרבעטן אין ייִדישע רעסטאָראַנען. ער, צוזאַמען מיט זײַנע שוואָגערס איזי און מאָריס ראַפּאַפּאָרט, האָבן געעפֿנט דעם באַקאַנטן „ריאַלטאָ‟ אין 1927, וואָס איז געווען דער ערשטער „דעלי‟ אויף „בראָדוויי‟. דער רעסטאָראַן איז געווען אַ ריזיקער דערפֿאָלג, און זיי האָבן געעפֿנט אַנדערע פּאָפּולערע „דעליס‟, אַרײַנגערעכנט „בערגערס‟ (47סטע גאַס), Wally‘s Downtown און The Griddle (אויף 16טער גאַס), וואָס האָבן צוגעצויגן באַרימטע קליענטן, אַזוי ווי די „ברידער מאַרקס‟ און מילטאָן בערל.
פּונקט ווי זיגי, האָט זײַן פֿאָטער יוזשין אָנגעהויבן אַרבעטן אין „דעליס‟ ווי אַ קליין קינד. ער האָט שפּעטער געעפֿנט זײַן אייגענעם רעסטאָראַן „גענאַרדס‟ אויף מעדיסאָן־עוועניו אין מאַנהעטן, צוזאַמען מיט זײַן ברודער סימאָר. אַנדערע קרובֿים האָבן פֿאַרמאָגט באַקאַנטע „דעליס‟, דורכאויס אין ניו־יאָרק און לאָנג־אײַלאַנד. די משפּחה האָט זיך שפּעטער באַזעצט אין ספּרינג וואַלי ניו־יאָרק, וווּ די ברידער האָבן אָנגעפֿירט מיטן „קרעסטהיל כּשר־דעלי‟. דאָרטן, אין די שפּעטערע 1970ער יאָרן, האָט זײַן זיידע אײַנגעשפּאַנט דעם יונגן זיגי אין דער אַרבעט.
„דאָרט, ווי אַ קינד, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ היימישער סבֿיבֿה צווישן קרובֿים, איז מײַן וועלט געווען אַ מאָדערנער נוסח פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערס וועלט‟, האָט זיגי גרובער דערקלערט. „הינטערן טאָמבאַנק האָבן געאַרבעט דורכאויס ייִדן פֿון דער אַלטער היים: פּליטים, אימיגראַנטן. איך בין איינער פֿון די ייִנגסטע, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן צווישן אַזעלכע ייִדן. זייער צוגאַנג צום לעבן און זייער הומאָר איז אַ גרויסער טייל פֿון דעם, וואָס איך בין הײַנט, און די סיבה, פֿאַר וואָס איך האָב אַזוי ליב מײַן אַרבעט‟.
הינטערן טאָמבאַנק האָט גרובער זיך אויך אויסגעלערנט צו רעדן ייִדיש. „דער זיידע איז געווען פֿון בודאַפּעשט, און די באָבע — פֿון טשערנעוויץ, האָבן זיי גערעדט ייִדיש בײַ זיך אין דער היים און מע האָט ייִדיש אויך גערעדט בײַ דער אַרבעט. מיט יאָרן צוריק האָבן אַלע גערעדט ייִדיש הינטערן טאָמבאַנק, ווי אויך אַ סך פֿון די קליענטן. ווײַל דאָס איז זיי געווען מער נאַטירלעך ווי ענגליש. שפּעטער האָט מען גערעדט ייִדיש, צוליב דעם, וואָס מע האָט דווקא געוואָלט, אַז אַנדערע זאָלן ניט פֿאַרשטיין. איך האָב זיך אַליין אײַנגעזאַפּט מאַמע־לשון דורך אָזמאָז (osmosis)‟.
כאָטש זיגי גרובער, אַזוי ווי אַלע עכטע „דעלי־מענער‟, האָט זיך אויסגעלערנט ווי אַזוי צו קאָכן ייִדישע מאכלים אויף אַ היימישן אופֿן דורך פּראַקטיק, איז ער אויך אַן אויסגעשולטער פּראָפֿעסיאָנעלער קעכער. ווי אַ יונגער־מאַן האָט ער זיך געלערנט אין דער וועלט־באַרימטער קולינאַרער שול אין לאָנדאָן, דעם „קאָרדאָן בלו‟; געאַרבעט אין די סאַמע חשובֿסטע לאָנדאָנער רעסטאָראַנען, זיך באַקענט מיטן באַקאַנטן ענגלישן קעכער און טעלעוויזיע־פּערזענלעכקייט — גאָרדאָן ראַמסי, און אַפֿילו געקאָכט פֿאַר דער בריטישער מלכּה אַליין.
נאָך דעם, אָבער, וואָס ער איז געפֿאָרן אויף אַ צוזאַמענטרעף פֿונעם Delicatessen Dealers Association (אַ פֿאַראיין פֿון די, וואָס פֿירן אָן מיט „דעליס‟) איז זײַן לעבן אַוועק אויף אַן אַנדער דרך. ווען ער האָט געזען, אַז בלויז אַ פּאָר צענדליקער עלטערע לײַט זענען געקומען אויף דער קאָנפֿערענץ, האָט ער באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די וועלט פֿון דער ראַפֿינירטער אויסגעפּוצטער קיך און זיך אָפּגעבן מיט די היימישע ייִדישע מאכלים פֿון זײַנע יונגע יאָרן. „איך האָב ליב צו קאָכן עכטע היימישע ייִדישע מאכלים: האָלעפּצעס, גולאַש, הינער־פּופּיקלעך, אַ היימישע יויך מיט עכטע קניידלעך, אַ גוט שטיקל פֿלאַנקען. אַזעלכע מאכלים זענען די, וואָס איך ווייס, אַז איך האָב ליב צו קאָכן און וואָס איך פּרוביר ממשיך צו זײַן‟.
גרובער האָט דערקלערט, אַז אַ סך פֿון די ייִדישע מאכלים זענען פֿאַר זײַנע טעקסאַסער קונים גאַנץ פֿרעמד און עקזאָטיש. „פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר פֿאַרקויפֿן אַ סך פּאַסטראַמי און אַזעלכע זאַכן, וואָס זענען מער באַוווּסט. אָבער גוייִשע קונים זעען מיך אויף דער טעלעוויזיע און באַשטעלן קישקע אָדער גריווענעס. ס׳איז קאָמיש, ווײַל אַ סך ייִדן האָבן אויפֿגעהערט צו עסן אַזעלכע זאַכן און די גויים קומען אַרײַן און האַלטן, אַז ס׳איז גאַנץ געשמאַק. די ייִדן דאַרפֿן זיך לערנען ליב צו האָבן זייערע אייגענע מאכלים. די אָרטאָדאָקסן עסן הײַנט סושי און אַלע מינים עסן. אַלצדינג וואָס זיי עסן איז כּשר, אָבער פֿאָרט, זעלטן ווען ייִדישלעך‟.
גרובער האָט באַמערקט, אַז נאָך דעם, וואָס מע האָט אָנגעהויבן ווײַזן „דעלי־מאַן‟, באַשטעלן מער קונים די מאכלים, וואָס ווערן דערמאָנט אינעם פֿילם. וועגן דעם פֿילם גופֿא האָט גרובער דערקלערט: „ס׳איז פֿאַר מיר אַ וווּנדערלעכע איבערלעבעניש. אַ סך מענטשן האָבן הנאה פֿונעם פֿילם. איך האַלט, אַז עריק גרינבערג האָט געטאָן אַן אויסגעצייכנטע אַרבעט‟.
„דעלי־מאַן‟ איז דער דריטער פֿילם אין אַ טרילאָגיע פֿון עריק גרינבערג אַנדזשו וועגן דער ייִדישער קולטור. די פֿריִערדיקע פֿילמען זענען A Cantor‘s Tale (די מעשׂה פֿון אַ חזן) (2005) און The Klezmatics — On Holy Ground (די קלעזמאַטיקס — אויף הייליקער ערד) (2010). כאָטש די ערשטע צוויי פֿילמען באַהאַנדלען די ייִדישע מוזיק, זענען דאָ אַ סך פֿאַרבינדונגען צווישן זיי און „דעלי־מאַן‟. „די מעשׂה פֿון אַ חזן‟, אַזוי ווי „דעלי־מאַן‟, לערנט דעם פּובליקום וועגן אַ ייִדישער טראַדיציע פֿאָקוסירט אויף איין עקספּערט אינעם פֿעלד, דערציילט זײַן פּערזענלעכע געשיכטע און וועבט אַרײַן די דערמאָנונגען פֿון באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן אויף דער טעמע (דער אַדוואָקאַט אַלען דערשאָוויץ גיט איבער זײַנע מיינונגען אין ביידע פֿילמען. אין „דעלי־מאַן‟ נעמען אויך אָנטייל פֿײַוויש פֿינקעל, בען סטילער, מײַקל וועקס און לאַרי קינג).
כאָטש גרינבערגס פֿילם וועגן די „קלעזמאַטיקס‟ האָט גאָר אַן אַנדער פֿאָרמאַט, פֿאַרמאָגט ער אויך אינטערעסאַנטע פֿאַרבינדונגען מיט „דעלי־מאַן‟: לאָרין סקלאַמבערג האָט געשאַפֿן די מוזיק צום פֿילם און פֿרענק לאָנדאָן האָט געשפּילט אויף גרובערס חתונה, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין בודאַפּעשט אין דער באַקאַנטער שיל אויף דאָהאַני גאַס. (ווי עס טרעפֿט זיך, איז גרובער אַליין אַ גרויסער אָנהענגער פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק: כּדי זיך אַנטשפּאַנען בײַ נאַכט נאָך אַ שווערן טאָג אין זײַן רעסטאָראַן, הערט ער זיך צו צו חזנות).
אויף דער פֿראַגע, וואָס איז זײַן באַליבטסטער מאכל אויפֿן מעניו אין זײַן רעסטאָראַן, האָט גרובער דערקלערט, אַז עס געפֿעלן אים אַלע פֿון די מער ווי 400 ברירות. „ס׳איז ניטאָ קיין שלעכט עסן אויפֿן מעניו, אַלץ איז געשמאַק. אָבער ווען עס ווערט קאַלט, געפֿעלט מיר בפֿירוש אונדזער היימישער גולאַש. פֿאַר עפּעס לײַכט עס איך בלינצעס, פּיראָגן. איין מאָל אין אַ נאָווינע האָב איך אַ שטאַרקן באַגער נאָך אַ רומענישן סטייק. ס׳איז טרויעריק אָבער, געוויסע מאכלים ווערן פֿאַרגעסן. מיר פֿלעגן מאַכן געדישעכץ (Stew) פֿון לונגען און הערצער, הײַנט ווייסט קיינער ניט פֿון אַזאַ זאַך. אַזוי ווי יצחק באַשעוויס־זינגער האָט געזאָגט, אַז ער דאַרף וואַרטן, אַז משיח זאָל קומען, כּדי די אַלטע ייִדיש־רעדנדיקע זאָלן מחים־מתים זײַן און פֿרעגן, וואָסערע נײַע ייִדישע ביכער זענען בנימצא, דאַרף איך וואַרטן אויף משיחן, כּדי די מאַסן זאָלן באַשטעלן מײַן לונגען־הערצער־געדישעכץ‟.
וועגן משיחן קען מען ניט וויסן, אָבער גרובער האָפֿט, אַז דער נײַער פֿילם וועט צוציִען אַ ברייטערן עולם קליענטן פֿאַר די ייִדישע דעליקאַטעסן. „אפֿשר וועט דער פֿילם אויפֿוועקן די קומענדיקע דורות, כּדי זיי זאָלן פֿאַרשטיין, וואָס איז אַזוינס די ייִדישע קאָכערײַ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.