ווי איינע וואָס גייט אָפֿט אויף עפֿנטלעכע ייִדיש־שפּראַכיקע אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק, איז מיר שוין פֿון לאַנג אַ חידוש, וואָס מע זעט זעלטן אַזוינס אויף העברעיִש. פֿאַר סטודענטן פֿון העברעיִש, איז עס טאַקע אַ חסרון, ווײַל זיי האָבן נישט קיין שום אָרט, וווּ צו פּראַקטיצירן דאָס אויסגעלערנטע אין קלאַס, סײַדן זיי פֿאָרן אויף אַ וואָך־צוויי קיין ישׂראל.
סוף־כּל־סוף, האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ געלעגנהייט. דער פֿעסטיוואַל ווערט געשטיצט פֿונעם „ראַט פֿון העברעיִשער שפּראַך און קולטור אין צפֿון־אַמעריקע‟; דער „אַלוועלטלעכער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע‟; דער „סטײַנהאַרט־פֿונדאַציע‟, און דעם „ישׂראל־אַמעריקאַנער ראַט‟. פֿונעם 14טן ביזן 30סטן מאַרץ קומט פֿאָר אין מאַנהעטן, צום ערשטן מאָל, אַ צוויי־וואָכיקער העברעיִש־פֿעסטיוואַל, „חגיגה עבֿרית‟. אַ טייל פֿון די 21 אונטערנעמונגען זענען געצילט אויף משפּחות פֿון קינדער, ווי, למשל, צוויי פֿאָרשטעלונגען פֿון סערגיי פּראָקאָפֿיעפֿס קינדער־סימפֿאָניע „פּיטער און דער וואָלף‟, וווּ די מעשׂה ווערט דערציילט אויף העברעיִש; אַ מוזיקאַלישע רעווי פֿון ישׂראלדיקע לידער, טענץ און הומאָר, מיטן נאָמען “Festifun2”; און אַ קלאַס פֿון „קרבֿ־מגע‟ (זעלבסשוץ), וווּ די יונגע תּלמידים וועלן זיך לערנען די קאַמפֿקונסט, ניצנדיק די אותיות פֿונעם העברעיִשן אַלף־בית.
דער פֿעסטיוואַל איז אָבער נישט בלויז פֿאַר קינדער. עס וועלן אויך פֿאָרקומען עטלעכע רעדעס אויף העברעיִש פֿון באַקאַנטע ישׂראלדיקע פֿיגורן. רובי נמדר, דער געווינער פֿונעם „ספּיר־פּריז פֿאַר ליטעראַטור פֿון 2014‟, וועלכער וווינט אין ניו־יאָרק, וועט רעדן אויף דער טעמע: „מע לעבט זיך אויס אויף ענגליש, אָבער מע שרײַבט אויף העברעיִש‟. נמדר איז דער ערשטער געווינער פֿונעם פּריז, וועלכער וווינט נישט אין ישׂראל — אַ קלאָרער סימן פֿון אַ נײַער תּקופֿה, אין וועלכער די ייִדישע מדינה באַשטעטיקט דאָס וווינען „אין גלות‟ ווי אַ לעגיטימער באַשלוס. הרבֿ אליעזר בן־יהודה, אַן אייניקל פֿונעם „טאַטן פֿון מאָדערן העברעיִש‟, וועט אויך אָפּהאַלטן אַ רעדע.
מענטשן וואָס קענען בכלל נישט קיין העברעיִש, קענען קומען אויף אַ קלאַס פֿאַר אָנהייבער, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל; אַנדערע וואָס קענען שוין רעדן אַ ביסל, קענען שמועסן מיט אַנדערע אַמעריקאַנער ייִדן און ישׂראלים איבער אַ שבתדיקער וועטשערע, וואָס נאָך דעם וועט מען זינגען העברעיִשע לידער בציבור. אינעם לעצטן טאָג פֿונעם פֿעסטיוואַל, וועט מען ווײַזן דעם ישׂראלדיקן פֿילם „מיתה טובֿה‟ (אויף ענגליש — The Farewell Party) וועגן אַן אַלט פּאָרפֿאָלק, וואָס דאַרף באַשליסן, צי זיי זאָלן צו ליב טאָן זייער מסוכּן־קראַנקן חבֿר, וועלכער בעט זיי צו העלפֿן אים באַגיין זעלבסטמאָרד.
ווי עס זעט אויס, איז דער אינטערעס זיך צו באַטייליקן אינעם פֿעסטיוואַל אַ ממשותדיקער. די בילעטן פֿאַר איין אַקטיוויטעט — אַ קאָנצערט פֿון די לידער פֿון דער באַרימטער ישׂראלדיקער לידער־שרײַבערין נעמי שמר, 10 יאָר נאָך איר פּטירה — איז שוין אויספֿאַרקויפֿט.
די אונטערנעמונגען פֿון דער „חגיגה עבֿרית‟ קומען פֿאָר אין פֿאַרשידענע ערטער אויפֿן „אָפּער וועסט סײַד‟ ווי, למשל, דער „דזשיי־סי־סי‟ פֿון מאַנהעטן, די שיל „בני־ישורין‟ און די „סטיווען ווײַז סינאַגאָגע‟. כּדי צו זען די צײַטן און ערטער פֿון אַלע אַקטיוויטעטן פֿונעם פֿעסטיוואַל, פֿאַרבינדט זיך מיט דער וועבזײַט: //www.ivritny.org
דער ניו־יאָרקער העברעיִש־פֿעסטיוואַל איז בלויז דער ערשטער פֿון זיבן אַזוינע איבער צפֿון־אַמעריקע. די אַנדערע וועט מען דורכפֿירן אין טאָראָנטאָ, באָסטאָן, שיקאַגע, מיאַמי, לאָס־אַנדזשעלעס און סאַן־פֿראַנציסקאָ.
„מיר ווילן ווײַזן אַמעריקע, אַז העברעיִש איז נישט עפּעס אַזוינס, וואָס געהערט בלויז צו ישׂראל,‟ האָט רווית בר־אָבֿ, די קאָאָרדינירערין פֿונעם „ראַט פֿאַר העברעיִשער שפּראַך און קולטור‟, די אָרגאַניזאַציע וואָס פֿירט אָן מיט „חגיגה עבֿרית‟, דערקלערט דעם „פֿאָרווערטס‟. „העברעיִש איז אַ זאַך, וואָס קאָן פֿאַראייניקן די אַמעריקאַנער ייִדן מיט די ישׂראלים דאָ אין אַמעריקע, ווײַל זי איז אַ שפּראַך מיט אַ סך אַספּעקטן — פֿון הומאָר, חומש און פֿונעם דאַווענען.‟
ס׳איז נישט קיין צופֿאַל, וואָס אַ צאָל פֿון די אַקטיוויטעטן זענען געצילט אויף משפּחות. בר־אָבֿ האָט דערציילט, אַז זי און די אַנדערע אָרגאַניזירער פֿונעם פֿעסטיוואַל הערן שוין פֿון לאַנג די טענות פֿון ייִדישע עלטערן, אַז זייערע קינדער ווילן נישט רעדן קיין העברעיִש, ווײַל זיי אַסאָציִיִרן עס מיט זייערע קלאַסן אין „היברו סקול‟ אָדער מיט בר־מיצווה לעקציעס. „די עלטערן פֿרעגן אונדז כּסדר, ווי אַזוי קען מען זיי ווײַזן, אַז העברעיִש איז אויך fun?‟
אינטערעסאַנט איז, אַז די טענות קומען אַפֿילו פֿון די ישׂראלדיקע טאַטעס און מאַמעס, וואָס רעדן העברעיִש אין דער היים. זייערע קינדער ענטפֿערן זיי בלויז אויף ענגליש, און ווײַזן אַרויס ווייניק אינטערעס צו זייער אייגענעם „מאַמע־לשון‟.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט די „אַלוועלטלעכע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע‟ באַשלאָסן, אַז מע מוז טאַקע עפּעס טאָן וועגן דעם בידנעם מצבֿ פֿון דער העברעיִשער שפּראַך אין צפֿון־אַמעריקע. אין 2013 האָט די אָרגאַניזאַציע פֿאַרזאַמלט אַ גרופּע כּלל־טוער, לערער, אַקאַדעמיקער און שרײַבער, וואָס אַלע זענען זיי פֿאַרבונדן, פּראָפֿעסיאָנעל אָדער אידעאָלאָגיש, מיטן פֿאַרשפּרייטן העברעיִש אין אַמעריקע — אויף אַ קאָנפֿערענץ אין ניו־דזשערזי, כּדי צו באַשליסן ווי מע וואָלט געקאָנט פֿאַראינטערעסירן די אַמעריקאַנער ייִדן, און די קינדער, צו רעדן, לייענען און שרײַבן אויף העברעיִש. די „חגיגה עבֿרית‟ איז דער רעזולטאַט פֿון יענע דיסקוסיעס.
הגם דער פֿעסטיוואַל קאָן טאַקע פֿאַרשטאַרקן דעם אינטערעס צו העברעיִש, האַלט רווית, אַז ס׳איז פֿאָרט נישט גענוג. „ס׳איז וויכטיק, אַז די תּלמידים אין די טאָגשולן זאָלן האָבן מער געלעגנהייטן צו רעדן העברעיִש, ווײַל וואָס מער זיי פּראַקטיצירן עס, אַלץ מע וועלן זיי וועלן זיך ווײַטער לערנען,‟ האָט זי געזאָגט. „די פּראָבלעם איז אָבער, אַז געוויסע עלטערן שטעלן זיך דווקא אַנטקעגן, אויב די שולן גיבן זיך צו פֿיל אָפּ מיט העברעיִש, ווײַל זיי זאָרגן זיך, אַז דאָס וועט פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון סעקולערע שטודיעס. דערפֿאַר מוזן די שולן קלאָר מאַכן, אַז דאָס לערנען זיך רעדן און שרײַבן העברעיִש איז בײַ זיי אַ פּריאָריטעט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.