תּהילים־זאָגער דאַרפֿן שוין אויך מורא האָבן

Even Psalm Reciters Need to Worry

דער בית־עולם אין מאַלמע
YouTube
דער בית־עולם אין מאַלמע

פֿון ייִט״אַ

Published March 17, 2015, issue of April 03, 2015.

די שוועדישע פּאָליציי האָט געשטעלט וועכטער אויף אַ בית־עולם אין מאַלמע, נאָך דעם ווי צוויי אָבֿלים האָבן איבערגעגעבן, אַז מע האָט זיי גערודפֿט בשעת זיי האָבן, לויטן דין, געהיט דעם מת.

דער אינצידענט איז פֿאָרגעקומען דעם 10טן מאַרץ אינעם „אָסטראַ‟ (מיזרחדיקן) בית־עולם, האָט שבת איבערגעגעבן די וועבזײַט פֿון דער שוועדישער צײַטונג „עקספּרעסען‟. די מאַלמע־פּאָליציי האָט דאָרט צוגעשטעלט צוויי פּאָליציאַנטן, וועלכע האָבן באַמערקט ווי צוויי אויטאָס פֿאַרלאָזן גיך דאָס אָרט, באַלד ווי זיי זענען אָנגעקומען — אַרום האַלבע נאַכט.

דער אָבֿל וואָס האָט געקלונגען דער פּאָליציי, אַ 59־יאָריקער ייִד, האָט זיך איבערגעשראָקן, ווען ער האָט דערזען עטלעכע יונגע לײַט אין דרויסן, וועלכע האָבן זיך באַהאַלטן יעדעס מאָל, וואָס זיי האָבן באַמערקט, אַז מע זעט זיי.

דער ייִד האָט געהאַלטן אין מיטן דורכפֿירן שמירת־המת נאָך זײַן ברודער — אַ ייִדישער מינהג, וווּ מע זאָגט תּהילים און מע היט דעם קערפּער כּסדר ביז דער קבֿורה. דער זון פֿונעם אָבֿל איז אויך געווען דערבײַ.

דער אָבֿל האָט געקלונגען דער פּאָליציי נאָך דעם ווי ער האָט חושד געווען, אַז עמעצער פּרוּווט זיך אַרײַנרײַסן אינעם צימער מיטן מת. „מיר האָבן זיך שטאַרק איבערגעשראָקן,‟ האָט ער געזאָגט. „אַנשטאָט רויִק צו היטן דעם מת, האָבן מיר די גאַנצע צײַט זיך געזאָרגט וועגן דעם, וואָס ס׳קומט פֿאָר אין דרויסן. זיי פּרוּוון אונדז איבערשרעקן און, צום באַדויערן, געלינגט עס זיי.‟

אין אַ שײַכותדיקער נײַעס, האָט אײַראַ פֿאָרמאַן, אַ שליח פֿונעם אַנטיסעמיטיזם־אַפּטייל בײַם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, זיך געטראָפֿן די וואָך מיט די ייִדישע פֿירער, נישט־רעגירונג אָרגאַניזאַציעס און רעגירונג־באַאַמטע אין מאַלמע און שטאָקהאָלם, און דערקלערט, אַז די ייִדישע קהילות אין מערבֿ־אייראָפּע קאָנען נאָך „באַנקראָטירן‟ צוליב די הויכע הוצאָות פֿון באַוואַכן זייערע אינסטיטוציעס. ער האָט אויך פּלאַנירט צו באַזוכן די קהילה אין קאָפּענהאַגען, וווּ אַ ייִדישער פֿרײַוויליקער וועכטער איז אין פֿעברואַר דערשאָסן געוואָרן אויף טויט מצד אַן איסלאַמיסט, בשעת ער האָט באַוואַכט אַ שיל.

„אויב די טענדענץ בלײַבט ווי עס איז, דאַרפֿן מיר זיך באמת זאָרגן וועגן דער צוקונפֿט פֿון די קליינע קהילות אין אייראָפּע,‟ האָט פֿאָרמאַן באַמערקט.