(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זייערע אָנזאָגן ווענדן זיך צו זייער אַ באַגרענעצטן עולם, די האַרטע ניס, וואָס וועלן אין יעדן פֿאַל שטימען פֿאַר זיי. זיי וועלן זיך ראַנגלען כּל-זמן זיי וועלן ווײַטער אָפּהיטן זייער פֿריִערדיקע, שוין כּמעט אויסגעוועפּטע גענעראַל־ליניע, און זיך נישט אָפּזוכן קיין נײַע וועגן און שטעגן. מע דאַרף דאָ אויכעט דערמאָנען דעם פֿאַרס פֿון פֿאַראייניקן זיך מיט דער אַראַבישער פּאַרטיי, וואָס האָט, געוויס, נישט צוצוגעבן איר כּבֿוד: מר”ץ האָט זיך געווענדט צו דער פֿאַראייניקטער רשימה אונטערצושרײַבן אַן אָפּמאַך פֿון רעשטן — אַ הסכּם, וואָס קען צוגעבן צו איינער פֿון די פּאַרטייען אַ מאַנדאַט — און די אַראַבישע פּאַרטיי האָט איר אָפּגעזאָגט, ווײַל מר״צ האָט נישט אַרויסגעוויזן גענוג ערנסטקייט אָדער זי איז צו ציוניסטיש פֿאַר זיי. די פּרשה האָט אַרויסגעשטעלט מר”צ צו זײַן נאַיִוו און שוואַך.
די ישׂראלדיקע וויילער האָבן אויסגעמיטן „ישׂראל ביתנו‟ צוליב דער קאָרופּציע, אין וועלכער די פּאָליציי באַשולדיקט אירע דעפּוטאַטן, שוין נישט צום ערשטן מאָל. דאָס הייסט, אַז די ישׂראלים, אין קעגנזאַץ צו די אַמאָליקע צײַטן פֿון שרון, בן-אליעזר, משה דײן און אַנדערע, זענען נישט טאָלעראַנט צו קאָרופּציע.
צווייטנס, איז דאָס אַזוי-גערופֿענע רוסישע קול אויסגעגאַנגען: מעגלעך, אַז דער עלטערער דור שטימט נאָך מיט די „רוסישע‟ פּאַרטייען, אָבער די יונגע לײַט האָבן זיך שוין אינטעגרירט פּאָליטיש אין ישׂראל און זיי נייטיקן זיך שוין נישט אין אַן אייגענער היים.
די ישׂראלדיקע „ליבעראַלן‟ האָבן געהאַלטן אין איין קלאָגן זיך, באַשולדיקנדיק די „רוסישע‟ אינעם האַלטן זיך „רעכט‟, אין דעם רײַסן קריעה איבער דער דעמאָקראַטיע, און אָט, מיט פֿופֿצן־צוואַנציק יאָר שפּעטער איז דער שד פּלוצעם ערגעץ אַהינגעקומען. ליבערמאַן מוז זיך פֿאַרקערעווען אין אַן אַנדער ריכטונג, אויב ער וויל ווײַטער שפּילן אַ ראָלע אויף דער פּאָליטישער אַרענע.
„יחד‟, אלי ישיס פּאַרטיי, איז זייער אַן אינטערעסאַנטע דערשײַנונג, צוליב צוויי סיבות: עס האָט זיך געשאַפֿן, צום ערשטן מאָל, אַ פּאַרטיי וואָס אירע מיטגלידער זענען אי חרדים, אי מיזרחניקעס. די פּאַרטיי טראָגט נישט קיין האַרבע חרדישער באַפֿאַרבונג. זי ווענדט זיך אי צו די סאַמע ווײַט רעכטע וויילער, וואָס בענעט איז צו לינק פֿאַר זייער געשמאַק, זיי זאָלן זײַן פֿרום אָדער פֿרײַ. לראיה — האָט אלי ישי אויפֿגעטראָטן אויף דער גרויסער דעמאָנסטראַציע פֿון די רעכטע אין תּל-אָבֿיבֿ; אַ זאַך, וואָס קיין שום חרדישע פּאַרטיי וועט זיך נישט דערלויבן.
צום ערשטן מאָל איז דער מאָנאָפּאָל פֿון די צוויי חרדישע פּאַרטייען אײַנגעבראַכן געוואָרן. אמת, עס זענען שוין געווען חרדישע פּאַרטייען, וואָס האָבן זיך פֿאַרמאָסטן דאָס צו טאָן, נאָר אָן אַן איבעריקן דערפֿאָלג. ישיס פּאַרטיי איז די ערשטע, וואָס האָט ערנסטע שאַנסן אַרײַנצוגיין אין דער כּנסת.
די קומענדיקע רעגירונג וועט זײַן אָפּהענגיק פֿון דער צאָל מאַנדאַטן, וואָס ס׳וועט קריגן (אָדער נישט קריגן) יעדע איינע פֿון אָט די דרײַ פּאַרטייען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.