דזשאָן הענרי פּאַטערסאָן, דער בריטישער לייטענאַנט־פּאָלקאָווניק, וועלכער האָט בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה אָנגעפֿירט מיטן „גדוד נהגי הפּרדות‟ אָדער „דער חיל פֿון ציונס מויל־אייזלען‟, און מיטן „ייִדישן לעגיאָן‟, האָט געחלומט באַערדיקט צו ווערן אינעם הייליקן לאַנד. זײַענדיק אַ קריסטלעכער ציוניסט, איז ער געווען דער קאָמאַנידיר פֿון די ערשטע ייִדישע מיליטערישע כּוחות אין פּאַלעסטינע.
הײַנט, מיט 67 נאָך זײַן טויט, איז פּאַטערסאָנס טרוים מקוים געוואָרן. אין דעצעמבער, האָט מען געבראַכט זײַן געביין, צוזאַמען מיטן געביין פֿון זײַן פֿרוי, פֿראַנסעס פּאַטערסאָן, אויפֿן בית־עולם אינעם מושבֿ אַבֿיחיל, וואָס געפֿינט זיך אויף צפֿון פֿון נתניה. דאָס דאָזיקע דאָרף איז גערינדעט געוואָרן דורך זײַנע סאָלדאַטן. הגם פּעטערסאָן איז נישט געווען קיין ייִד, האָט ער ליב געהאַט ייִדן און געוואָלן ליגן באַערדיקט לעבן די ייִדישע מיליטער־לײַט.
ווען דער פּאָלקאָווניק איז געשטאָרבן אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט זײַן משפּחה נישט געהאַט גענוג געלט אים אַריבערצוברענגען קיין ארץ־ישׂראל. במשך פֿון עטלעכע יאָר, האָבן אַ צאָל ענטוזיאַסטן געפּרוווּט דאָס צו פֿאַרווירקלעכן. צווישן די באַטייליקטע אינעם פּראָיעקט זענען געווען דזשערי קלינגער, אַ געשיכטע־ליבהאָבער פֿון וואַשינגטאָן; די אַדוואָקאַטין מירנאַ סטראַפּ; און קערען וואָשינגטאָן, אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מיטאַרבעטערין פֿונעם לאָס־אַנדזשעלעסער צווינטער, וווּ פּאַטערסאָנס איז געווען באַערדיקט ביז איצט. אַ צאָל אַנדערע אַדוואָקאַטן האָבן זיך פֿריִער אָפּגעזאָגט צו פֿאַרנעמען זיך מיטן ענין. בעת דער קבֿורה־צערעמאָניע איז אויפֿגעטראָטן דער ישׂראלדיקער פּרעמיער, בנימין נתניהו. דער פּאָלקאָווניק איז באַערדיקט געוואָרן לעבן דעם „מוזיי פֿונעם ייִדישן לעגיאָן‟.
די פֿריִיִקע ציוניסטישע מיליץ „גדוד נהגי הפּרדות‟ איז געגרינדעט געוואָרן דורך זאבֿ זשאַבאָטינסקי און יוסף טרומפּעלדאָר אין דעצעמבער 1914. אינעם יאָר 1916 איז עס בטל געוואָרן, און שפּעטער — ווידער אָרגאַניזירט אונטערן נאָמען „דער ייִדישער לעגיאָן‟. די ייִדישע סאָלדאַטן האָבן געקעמפֿט אויפֿן פֿראָנט בעת דער בריטישער קאַמפּאַניע קעגן דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע אויפֿן האַלב־אינדזל גאַליפּאָלי. פּאַטערסאָן האָט קאָמאַנדעוועט מיטן „ייִדישן לעגיאָן‟ ביזן סוף 1918. די איצטיקע קבֿורה־צערעמאָניע איז געווען פֿאַרבונדן מיטן 100־יאָריקן יוביליי פֿון דער היסטאָרישער מיליץ.
יוסי אַחימאיר, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם „זשאַבאָטינסקי־אינסטיטוט‟, האָט דערקלערט אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, אַז די געשיכטע פֿונעם „ייִדישן לעגיאָן‟ בלײַבט ווייניק באַקאַנט אין ישׂראל. אַ סך ישׂראלים ווייסן נישט, אַז אַ טייל בריטישע מיליטער־לײַט האָבן אַקטיוו געשטיצט דעם ציוניסטישן פּראָיעקט. די אָרטיקע געזעצן דערלויבן נישט אַריבערצוברענגען די מתים פֿון לאָס־אַנדזשעלעס אין אַן אַנדער אָרט אָן אַ רשות מצד אַ קינד פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם. סטראַפּ האָט געוווּנען דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער אַ געריכט־פּראָצעס און באַקומען אַ דערלויבעניש דאָס צו טאָן לטובֿת פּאַטערסאָנס אייניקל, אַלען. דערנאָך, האָבן די ישׂראלדיקע יוריסטן באַקומען דאָס רשות פֿונעם ישׂראלדיקן רבנות צו באַערדיקן דעם פּאָלקאָווניק אינעם מושבֿ אַבֿיחיל, לעבן זײַנע סאָלדאַטן.
די אַדוואָקאַטין האָט איבערגעגעבן, אַז דאָס איז געווען איר לעצטער פּראָצעס פֿאַרן פּענסיאָנירן, און אַז זי אַליין קלײַבט זיך אַוועקצופֿאָרן פֿון אַמעריקע קיין ישׂראל; אויף דער צערעמאָניע האָט זי אָבער נישט געקאָנט קומען. די משפּחה פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער האָט גוט געקענט פּאַטערסאָנען. ווען בנימין נתניהוס עלטערער ברודער, יונתן, איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1946, האָט זייער טאַטע פֿאַרבעטן דעם פּאָלקאָווניק צו זײַן אַ סנדק, און געגעבן דעם זון אַ נאָמען לכּבֿוד זייער בריטישן פֿרײַנד; דער ענגלישער נאָמען דזשאָן שטאַמט פֿונעם ייִדישן נאָמען יונתן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.