אַ בוך וועגן די יעדוואַבנער ייִדן

Meet the Jedwabne Jews

אַנאַ ביקאָנט
Courtesy of Marcel Lozinski
אַנאַ ביקאָנט

פֿון דאָנאַלד שנײַדער (Forward)

Published March 17, 2015, issue of April 03, 2015.

דעם 10טן יולי, אינעם יאָר 1941, האָבן די פּאָליאַקן אויסגעהרגעט די ייִדן אינעם פּוילישן דאָרף יעדוואַבנע. אַנאַ ביקאָנט, אַ פּוילישע זשורנאַליסטקע און פּובליציסטקע, דערציילט וועגן דער דאָזיקער שרעקלעכער שחיטה אין איר נײַ בוך „דאָס פֿאַרברעכן און שטילשווײַגן‟. איר ווערק, אַ טייל היסטאָרישע פֿאָרשונגען, אַ טייל זכרונות, וועט אַרויס אין סעפּטעמבער דורכן אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג פֿון פֿאַראַר, סטראַוס און זשירו (FSG).

די 61־יאָריקע מחברטע אַרבעט אין „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ („וואַלן־צײַטונג‟) — איינע פֿון די גרעסטע טאָג־טעגלעכע אויסגאַבעס אין פּוילן. איר רובריק פֿאָקוסירט זיך אויף די קולטורעלע ענינים און באַציִונגען צווישן ייִדן און פּאָליאַקן. די מחברטע אַליין האָט אויסגעפֿונען וועגן איר אייגענעם ייִדישן אָפּשטאַם, ווען זי איז געווען 33 יאָר אַלט.

במשך פֿון 60 יאָר האָט מען פֿאַרשוויגן דעם מאַסן־מאָרד אין יעגוואַבנע — אַ דאָרף, וואָס געפֿינט זיך 85 מײַל אויף צפֿון־מיזרח פֿון וואַרשע. אינעם יאָר 2000 האָט דער היסטאָריקער יאַן גראָס דערציילט וועגן דער יעדוואַבנער שחיטה אין זײַן בוך „שכנים‟, וווּ ער באַשולדיקט די פּאָליאַקן אינעם פֿאַרטיליקן די ייִדן. דאָס בוך האָט אַרויסגערופֿן אַ מהומה; די קריטיקער האָבן געטענהט, אַז דאָס אַחריות פֿאַר דער רציחה ליגט אויף די דײַטשן. זינט דעמאָלט, האָבן זיך אויך אָנגעהויבן זוכענישן פֿון די ניצול־געוואָרענע יאַדוואַבנער ייִדן און זייערע קינדער.

ביקאָנט האָט באַשלאָסן, אַז מע האָט נאָך נישט גענוג געשריבן וועגן יעדוואַבנע. במשך פֿון פֿיר יאָר, האָט זי זיך געגריבלט אין די אַרכיוון און אויסגעפֿרעגט די לעצטע תּושבֿים פֿונעם דאָרף, וועלכע האָבן דאָרטן געוווינט אין דער מלחמה־תּקופֿה. זי האָט אויסגעפֿונען, אַז די אָרטיקע ייִדן זענען דערשטאָכן, דערטרונקען און געשלאָגן געוואָרן אויף טויט. די, וואָס זענען נאָך געבליבן לעבן, האָט מען פֿאַרשפּאַרט אין אַ שטאַל און פֿאַרברענט לעבעדיקייטהייט. כּדי צו פֿאַרגלישען זייערע געשרייען, האָט מען אויסגעשטעלט מוזיקאַנט צו שפּילן. ס׳איז שווער צו באַשטימען די פּינקטלעכע צאָל פֿון קרבנות. לויט ביקאָנטס חשבון, זענען אין יענעם פֿינצטערן טאָג אומגעקומען בערך 900 ייִדישע תּושבֿים פֿונעם דאָרף.