די טעג קען מען זען חסידישע יונגע לײַט מיט לאַנגע פּאות און אין ווײַסע זאָקן אויף דער גשיבאָווסקע־גאַס לעבן דער נאָזשיק־שיל אין וואַרשע. זיי גייען טריט בײַ טריט מיט ייִשובֿ־הדעת, ווי סע פּאַסט פֿאַר זײַדענע יונגע־לײַט, און רעדן צווישן זיך אַ געשמאַקן ייִדיש. כאָטש אויף אַ מינוט וואָלט מען זיך געקאָנט פֿאָרשטעלן, אַז מיר זענען אָנגעקומען אויף עפּעס אַ צײַט־מאַשין אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער וואַרשע, וואָס איז געווען כּמעט האַלב־ייִדיש.
אָבער קיין צײַט־מאַשין פֿארמאָגן מיר נישט. איז ווער זשע זענען די יונגע חסידים? פֿאַרשטייט זיך, אויסלענדישע חסידים, וואָס זענען געקומען צום יאָרצײַט פֿון רבי אלימלך מלעזשאַנסק. רבי אלימלך, אָדער ווי די חסידים רופֿן אים, ר’ מיילעך, איז ניפֿטר געוואָרן כ״א אדר התקמ״ז. צו זײַן ציון, אָדער יאָרצײַט, קומען ייִדן פֿון אַלע עקן וועלט. מען האַלט, אַז די קוויטלעך, וואָס מען לייגט אויף זײַן קבֿר, ספּעציעל אין די טעג, מאַכן ממש נסים.
לאה אין אַנ-סקיס „דיבוק‟ זאָגט, אַז אַ מענטש ווערט געבוירן אויף אַ גרויס לאַנג לעבן. „וווּ קומט אַהין זײַן נישט־דערלעבט לעבן, אַז ער שטאַרבט פֿאַר דער צײַט?‟ — פֿרעגט זי. „וווּ קומען אַהין זײַנע קינדער, וואָס ער האָט קיין צײַט נישט געהאַט צו האָבן?‟
מאַיאַ קלעטשעווסקאַ, די באַרימטע פּוילישע רעזשיסאָרין, וואָס שטעלט אַנ-סקיס פּיעסע אינעם קאָנטעקסט פֿונעם חורבן, זעט אין די דאָזיקע ווערטער אַ מין נבֿואיש־זאָגן. די יונגע רעזשיסאָרין איז ספּעציעל געפֿאָרן אויף אַ וואָך קיין אושוויענטשים און האָט פֿאַרברענגט לאַנגע טעג אינעם דאָרטיקן מוזיי.
די וואָך טרעפֿט זי זיך מיט די ייִדישע טוריסטן אינעם ייִדישן טעאַטער אויף פּלאַץ גזשיבאָווסקי, כּדי צו הערן, וואָס עס מיינט פֿאַר זיי צו זײַן אויפֿן שטח פֿון דער אַמאָליקער וואַרשעווער געטאָ.
מיט אַנדערע ווערטער, די פּוילישע רעזשיסאָרין האָט נישט בדעה צו שטעלן אַנ-סקיס „דיבוק‟ ווי אַ קלאַסישן טעקסט. זי וויל, אַ פּנים, געפֿינען אַ מיטל, וואָס מאַכט די פּיעסע אַקטועל פֿאַר אונדז הײַנט.
אין וואַרשע זענען מיר טאַקע געשפּאַנט צו זען וואָס ס׳וועט אַרויסקומען פֿון די דאָזיקע ערנסטע צוגרייטונגען.
די גרויסע ישׂראלדיקע צײַטונג „ידיעות אחרונות‟ האָט אַ רובריק פֿאַר טוריזם און טוריסטן — „קאָנעקשיאָן‟. פֿאַרוואָס דווקא „קאָנעקשיאָן‟? מסתּמא, ווײַל אַלץ קלינגט בעסער אויף ענגליש. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
די וואָך פֿאַרנעמט זיך „קאָנעקשיאָן‟ מיט פּוילן. פּוילן איז נישט אַזוי גרוי און נודנע ווי עס דערציילט אונדז די ישׂראלדיקע רעפּאָרטערין. זײַט וויסן, אַז פּוילן בכלל און פּוילישע ייִדן בפֿרט זענען אין דער סאַבראַ־קולטור כּמעט מיט בלאָטע גלײַך; אַזוי אַרום, אַז דער מאָדנער אַרײַנפֿיר פֿון דער זשורנאַליסטין דאַרף אונדז נישט איבערראַשן.
מאָדנע איז אָבער דער פֿאַקט, אַז די ישׂראלדיקע צײַטונג דערמאָנט יאָ די נאַכט-לאָקאַלן, רעסטאָראַנען און באַרן פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט, אָבער זאָגט נישט קיין וואָרט וועגן דעם אָטעם-פֿאַרכאַפּנדיקן ייִדישן בית-עולם אין מיטן וואַרשע. די ישׂראלדיקע זשורנאַליסטין דערציילט וועגן די ביליקע האַנדלס־צענטערס, וואָס ס׳איז כּדאַי צו באַזוכן, אָבער דערמאָנט נישט דעם וועלט־באַרימטן ראַפּאַפּאָרט־דענקמאָל לכּבֿוד די געטאָ־קעמפֿער. פֿון אומשלאַגפּלאַץ איז שוין אָפּגערעדט.
פּראָפֿעסאָר נענסי סינקאָף האַלט דעם 19 מאַרץ אַ לעקציע אין ייִדישן מוזיי וועגן דער פֿרײַנדשאַפֿט צווישן דעם פּרינץ אָדם קאַזשימיעזש טשאַרטאָריסקי און דעם משׂכיל מענדל לעפֿין.
MARRIAGE OF REASON איז אַ פּאַסיקע דערקלערונג פֿאַר די באַציִונגען אין דעם 16טן און 17טן יאָרהונדערט צווישן די פּוילישע אַריסטאָקראַטן און ייִדישע קאָפּ-מענטשן. די אַריסטאָקראַטן האָבן באַדאַרפֿט די ייִדן זיי זאָלן העלפֿן זיי מיטן פֿאַרוואַלטן מיט זייער האָב־און־גוטס, און די ייִדן האָבן געצויגן חיונה פֿון די פּוילישע פּני. אַזוי מיינט סינקאָף.
מענטשן זענען אָבער פֿאָרט מענטשן און סע האָט זיך געטראָפֿן, אַז אַן אמתע פֿרײַנדשאַפֿט האָט זיך אַנטוויקלט צווישן ביידע צדדים. דאָס שײַנט צו זײַן דער פֿאַל פֿונעם פּוילישן פּרינץ און מענדל לעפֿין, האַלט פּראָפֿעסאָר סינקאָף.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.